Про цей документ
מבאר רבותינו — Lech-Lecha 5787
Выпуск: מבאר רבותינו — Lech-Lecha 5787. Темы: shabbat_laws, holidays, relationships_shalom_bayit, health_mind. Поисковые термины: шаббат, законы шаббата, melacha, hilchot shabbat, שבת, הלכות שבת, מלאכה, пурим, песах, ханука, суккот, yom tov, פורים, פסח, חנוכה, סוכות, шалом байт, брак, отношения, shalom bayit. פרק א ליכט צינדען לכבוד שב"ק (ג) ה) מיר געפינען אז די הייליגע אמהות האבן שוין געצינדן לעכט פאר שבת קודש.ז מען צינדט לעכט צוליב כבוד שבת,ח און צוליב עונג שבת.ט ו) ז) אין מדרש רבה (בראשית רבה פרק ס' אות ט"ז) אויפ'ן פסוק ויביאה יצחק האהלה שרה אמו ,ווערט געברענגט :ווי לאנג שרה אמינו ע"ה האט געלעבט האט געברענט די לעכט פון איין פרייטאג ביינאכט ביז די אנדערע .ווען זי איז נפטר געווארן האט זיך עס געענדיגט .ווען רבקה איז געקומען האט זיך עס צוריקגעקערט .זעט מען פון דא אז שרה און רבקה האבן שוין געצינדן ליל שבת קודש לעכט לכבוד שבת קודש. אין ספר אמרי קדוש (סטרעליסק ,דף ק"פ ע"א) ווערט געברענגט ,אז נאך די חתונה האט הרה"ק רבי שלמה בן הרה"ק רבי אורי מסטרעליסק זצ"ל זיך געפירט מיט א גאר גרויסע קדושה וטהרה .אלעס איז געווען באהאלטן אז קיינער זאל נישט זען ארום אים .אמאל ווען זיין רעבעצין האט געצינדן די לעכט פאר שבת קודש ,האט ער געגעבן א שריי :קוק און זעה וויאזוי די אמהות צינדן אן די לעכט. ח) אין די גמרא (מס' פסחים נ"ג ע"ב) ווערט געברענגט ,רבי שמעון בן אלעזר זאגט ,יום הכפורים וואס געפאלט אין שבת ,אפילו אויף אזא פלאץ וואו מען צינדט נישט אן קיין לעכט יום כיפור ,צינדט מען אבער יא אויף אזא פאל ,צוליב כבוד פון שבת. אין רמב"ם (הלכות שבת פרק ל' הלכה ה') ווערט געברענגט ,א מענטש דארף אנגרייטן זיין שטוב נאך פון פרייטאג בייטאג צוליב כבוד שבת ,און עס זאל ברענען לעכט ,די טיש זאל זיין אנגעגרייט ,די בעט זאל זיין שיין אויסגעשפרייט ,ווייל די אלע זאכן איז לכבוד שבת .און אזוי ווערט אויך געברענגט אין סמ"ג (שם ס"ק ה'). אין ילקוט שמעוני (פרשת בהעלותך אות תשי"ט) ווערט געברענגט ,לעכט וואס מען צינד לכבוד א מענטש אין לייכטערס פון שארבן אדער פון קופער ווענדט זיך אלעס לויט די כבוד פונעם מענטש .אבער ביי שבת זענען די ליכט איר כבוד .אין ספר קרבן שבת (פרק י' סי' ד') ווערט געברענגט צו פארענטפערן דעם מדרש ,ווייל אזוי ווי מיר צינדן אן לעכט אין שבת ,איז עס מרמז אז די נשמה יתירה ווערט פארמערט אויבן און אונטן .לכאורה פארוואס איז שבת אנדערש אז דאס פאסירט ,נאר די קדושת היום ברענגט דאס צו ,אבער אין אלע אנדערע טעג וואס די פינסטערניש פארשטערקט זיך ,און דורך די ליכט ווייזן מיר און אנערקענע
- Видання
- מבאר רבותינו
- Дата
- 23 жовтня 2026 р.
- Сторінок
- 2
Фрагмент тексту
פרק א ליכט צינדען לכבוד שב"ק (ג) ה) מיר געפינען אז די הייליגע אמהות האבן שוין געצינדן לעכט פאר שבת קודש.ז מען צינדט לעכט צוליב כבוד שבת,ח און צוליב עונג שבת.ט ו) ז) אין מדרש רבה (בראשית רבה פרק ס' אות ט"ז) אויפ'ן פסוק ויביאה יצחק האהלה שרה אמו ,ווערט געברענגט :ווי לאנג שרה אמינו ע"ה האט געלעבט האט געברענט די לעכט פון איין פרייטאג ביינאכט ביז די אנדערע .ווען זי איז נפטר געווארן האט זיך עס געענדיגט .ווען רבקה איז געקומען האט זיך עס צוריקגעקערט .זעט מען פון דא אז שרה און רבקה האבן שוין געצינדן ליל שבת קודש לעכט לכבוד שבת קודש. אין ספר אמרי קדוש (סטרעליסק ,דף ק"פ ע"א) ווערט געברענגט ,אז נאך די חתונה האט הרה"ק רבי שלמה בן הרה"ק רבי אורי מסטרעליסק זצ"ל זיך געפירט מיט א גאר גרויסע קדושה וטהרה .אלעס איז געווען באהאלטן אז קיינער זאל נישט זען ארום אים .אמאל ווען זיין רעבעצין האט געצינדן די לעכט פאר שבת קודש ,האט ער געגעבן א שריי :קוק און זעה וויאזוי די אמהות צינדן אן די לעכט. ח) אין די גמרא (מס' פסחים נ"ג ע"ב) ווערט געברענגט ,רבי שמעון בן אלעזר זאגט ,יום הכפורים וואס געפאלט אין שבת ,אפילו אויף אזא פלאץ וואו מען צינדט נישט אן קיין לעכט יום כיפור ,צינדט מען אבער יא אויף אזא פאל ,צוליב כבוד פון שבת. אין רמב"ם (הלכות שבת פרק ל' הלכה ה') ווערט געברענגט ,א מענטש דארף אנגרייטן זיין שטוב נאך פון…
Теми: shabbat_laws, holidays, relationships_shalom_bayit, health_mind