Об этом документе
לעבן מיט דער צייט — Kedoshim 5784
Выпуск: לעבן מיט דער צייט — Kedoshim 5784. Темы: family_education, parsha_commentary. Поисковые термины: воспитание, дети, семья, chinuch, family, חינוך, ילדים, משפחה, недельная глава, парша, parsha, פרשה, פרשת השבוע. "Leben Mit Der Tzeit" Pirkei Avos-02 Page 1 of 2 ב"ה לעבן מיט דער צייט געדאנקען אויף דער פרשה פון דער וואך א פרקי בות - פאר קינדער און יוגנט ב' פרק לויט די שיחות ני +עני משיח פון ליובאוויטשער רבי'ן פרקי אבות פרק ראשון פרק שני פרק שלישי פרק רביעי פרק חמישי פרק שישי פרק שני אין צווייטן פרק פון פרקי אבות דערציילט די משנה ,אז רבי יוחנן בן זכאי האט געהאט פינף תלמידים און ער פלעגט אויסרעכענען דעם שבח פון יעדערן פון זיי .ווייטער דערציילט די משנה אז ריב"ז האט געזאגט צו אט די תלמידים "צאו וראו איזו היא דרך טובה שידבק בה האדם" )גייט ארויס און זעט וועלכע איז די גוטע וועג ,וואס אין איר זאל זיך א מענטש באהעפטען( ,און יעדערער פון די תלמידים האט אנגעוויזן אויף דעם וועג וואס פירט צו ,צו וואס ער איז מיט עם געלויבט געווארן. דער שבח מיט וועלכן ר' שמעון בן נתנאל איז געלויבט געווארן איז "ירא חטא" ,און די וועג וועלכע ער האט אנגעוויזן איז "הרואה את הנולד" .דערפון איז פארשטאנדיק אז "הרואה את הנולד" איז די וועג צוצוקומען צו ווערן א "ירא חטא". בשעת דער יצר הרע רעדט איין א מענטשן צו טאן אן עבירה ,ווייזט ער עם דעם גוטסקייט און געשמאק פון דער עבירה .ווי מיר געפינען ביים ערשטן חטא ,אז "ותרא האשה כי טוב העץ למאכל וכי תאוה הוא לעינים וגו'" .בכדי צו באקעמפען דעם יצר הרע דארף מען זיין א "רואה את הנולד" .מ'דארף פאראויסזען וואס פון דער עבירה וועט ארויסקומען .כאטש אז "נופת תטופנה שפתי זרה" ,אז בעת מעשה איז די עבירה זיס און געשמאק ,איז אבער "ואחריתה מרה כלענה" ,דער סוף פון דער עבירה איז ביטער .דורך דעם וואס ער זעט וואס עס קומט ארויס פון די עבירה ווערט ער א ירא חטא. דער טייטש פון "ירא חטא" איז אז ער האט מורא פאר דעם חטא אליין .ניט נאר ער האט מורא פון דעם עונש וואס ער וועט קריגן פאר'ן טאן די עבירה ,נאר ער האט מורא פון די עבירה אליין .דורך דעם וואס א איד טוט אן עבירה ווערט א חסרון אין זיין פארבינדונג מיט'ן אויבערשטן) .חטא אין תנ"ך איז מלשון חסרון(. בשעת מען האט נאר מורא פון דעם עונש ,היט מען זיך אמאל ניט פון טאן די עבירה .מען באטראכט זיך אז די עבירה איז זיס און געשמאק יעצט ,און דער עונש איז ערשט שפעטער. אויך טראכט ער אז ער וועט שפעטער תשובה טאן .אבער בשעת מען פארשטייט די http://www.torah4blind.org/children/ot-pa02.htm
- Издание
- לעבן מיט דער צייט
- Дата
- 10 мая 2024 г.
- Страниц
- 4
Темы: family_education, parsha_commentary