Об этом документе
לעבן מיט דער צייט — Devarim 5784
Выпуск: לעבן מיט דער צייט — Devarim 5784. Темы: family_education, parsha_commentary. Поисковые термины: воспитание, дети, семья, chinuch, family, חינוך, ילדים, משפחה, недельная глава, парша, parsha, פרשה, פרשת השבוע. "Leben Mit Der Tzeit" Pirkei Avos-03 Page 1 of 2 ב"ה לעבן מיט דער צייט געדאנקען אויף דער פרשה פון דער וואך פאר קינדער און יוגנט לויט די שיחות פון ליובאוויטשער רבי'ן פרקי אבות פרקי אבות פרק ג פרק ראשון לקראת הקייץ פרק שני עניני משיח פרק שלישי פרק רביעי פרק חמישי פרק שישי פרק שלישי אין דריטן פרק פון מסכת אבות שטייט :דע כו' לפני מי אתה עתיד ליתן )דו זאלסט וויסן פאר וועמען דו וועסט דארפן אפגעבן א( דין וחשבון. איז ניט פארשטאנדיק דער סדר "דין וחשבון" .פריער מאכט מען דעם חשבון און לויט דעם חשבון פסקנ'ט מען דעם דין .פארוואס שטייט דא פארקערט " -דין" און דערנאך "חשבון"? וועט מען עס פארשטיין לויט'ן ביאור פון בעל שם טוב אויף דער משנה ,אויך אין דעם פרק, "ונפרעין מן האדם מדעתו ושלא מדעתו". טייטשט דער בעש"ט :א מענטש באקומט אן עונש נאר "מדעתו" ,ווען ער אליין פסקנ'ט אפ דעם עונש אויף זיך ,אבער "שלא מדעתו" -ער ווייסט ניט אז ער זאגט דאס אויף זיך אליין. ער מיינט אז ער פסקנ'ט אויף יענעם. למשל :מען איז עם מזמין א צווייטן וואס האט געטאן אזא חטא ווי זיינער ,און זעענדיק די עבירה וואס יענער טוט ,פסקנ'ט ער אויף יענעם אן עונש ,אז עס קומט עם דער און דער עונש .נאך דעם גיט מען עם דעם זעלבן עונש פאר זיין עבירה. דאס איז "מדעתו" ,זיין אייגענעם פסק ,און "לא מדעתו" ,ער ווייסט ניט אז ער פסקנ'ט אויף זיך אליין. לויט דעם וועט מען פארשטיין דעם לשון "דין וחשבון" ,פריער "דין" און דערנאך "חשבון". צום ערשט קומט דער "דין" וואס ער אליין פסק'נט אפ פאר אזא עבירה )וואס א צווייטער האט געטאן( און דערנאך מאכט מען דעם "חשבון" אז ער האט אליין געטאן אזא עבירה און עס קומט עם דעם זעלבן פסק דין. )לקו"ש ח"ד ע' (1207 אין נביא )שמואל-ב ,יב ,ז( געפינען מיר אן ענליכע מעשה .דוד המלך האט געוואלט חתונה האבן מיט בת שבע .האט ער געשיקט איר מאן אורי' החתי אין מלחמה צו ווערן געהרג'ט. http://www.torah4blind.org/children/ot-pa03.htm 5/1/2011 "Leben Mit Der Tzeit" Pirkei Avos-03 Page 2 of 2 דערנאך האט ער חתונה געהאט מיט בת שבע .האט דער אויבערשטער געשיקט נתן הנביא צו דוד המלך מיט אזא שאלה: עס איז געווען א רייכער מאן וואס האט געהאט פיל שעפסן און רינדער .עס איז אויך געווען אן ארימאן וואס האט נאר געהאט איין שעפס .דער קליינער שעפס איז געווען זי
- Издание
- לעבן מיט דער צייט
- Дата
- 8 августа 2024 г.
- Страниц
- 5
Темы: family_education, parsha_commentary