Об этом документе
אמונה און בטחון — Shemini 5784
Выпуск: אמונה און בטחון — Shemini 5784. Темы: shabbat_laws. Поисковые термины: шаббат, законы шаббата, melacha, hilchot shabbat, שבת, הלכות שבת, מלאכה. אט וועט ער קומען און דיר דערלאנגען א שטארקערן זעץ ...אויב דו וועסט אבער ווייטער האלטן מלחמה מיט דיין געווער ,וועסטו איהם נאך מעגליך קענען דערלאנגען צווייפאכיג ,און איהם אינגאנצן באזיגן". דער נמשל איז ,ווען דער מענטש פאלט חל ילה אדורך אין זיין מלחמה מיט'ן יצר הרע ,און ער באווייזט איהם צו באזיגן אויף סיי וועלכן אופן ,טאר ער נישט אריינפאלן אין יאוש און אוועקווארפן אלעס וואס ער האט געטוהן ביז יעצט .דער מענטש דארף זיך שטענדיג אויפהייב ן און גיין ווייטער ,ווייל עס וועט נאך אנקומען דער טאג ווען ער וועט דערלאנגען דעם יצר הרע א דאפלטע פארציע. הג ה ות ו ה ערות ,און פ ע ר זע נל יכע ה ש ג חה פ ר טי ת מעשיו ת קע ן מ ע ן שיקן צ ו israeld 113@gm ai l . יו"ל ע"י א תלמוד תורה באיאן תפארת מרדכי שלמה בנשיאות כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א גליון ק"ס פרשת שמיני תשפ"ד בעזהשי"ת דברי אמונה וישחט את עגל החטאת ויקרב אהרן אל המזבח וישחט את עגל החטאת אשר לו .אהרן האט זיך דערנענטערט צום מזבח ,און ער האט מקריב געווען זיין קרבן חטאת .זאגן די ראשונים אז ווען אהרן הכהן איז צוגעגאנגען מקריב זיין א קרבן פאר דעם אויבערשטען ,איז געקומען דער שטן און האט פאר איהם פארגעשטעלט די געשטאלט פון א גאלדענעם קאלב אין פייער וואס איז געווען אויפ'ן מזבח ,כדי גורם צו זיין פאר איהם א חלישות הדעת ווען ער וועט זיך דערמאנען פון דעם עגל וואס ער האט געמאכט. האט משה רבינו ע"ה געזאגט צו אהרן "קרב אל המזבח" ,אהרן ,מיין ברודער ,דערנענטער זיך צו דעם מזבח און דו זאלסט נישט לאזן אז דער שטן זאל קענען אויספירן זיין פלאן דיך צו שטערן פון דיין עבודה .און אזוי האט אהרן טאקע געטוהן" ,ויקרב אל המזבח וישחט את עגל החטאת" ,אהרן איז צוגעגאנגען צום מזבח און ער האט גע'שחט'ן זיין "חטאת" ,דאס הייסט ,ער האט גע'שחט'ן דעם יצר הרע וואס האט אויסגעזעהן אין זיינע אויגן ווי א קאלב .ער האט איהם געזאגט "מיט דעם אלעם ,גיי איך צו נענטער ,צו דינען מיין באשעפער". לויט דעם טייטשט הרה"ג ר' חנוך קרון זצ"ל אין ספר אמרי חנוך ,די ווערטער פון חז"ל רב חייא בר אשי האט נאכגעזאגט אין נאמען פון רב ,אז א תלמיד חכם דארף האבן אין זיך א "שמינית שבשמינית" פון די מדה פון גאווה .איז דער רמז אין דעם ,אז דער מענטש דארף זיך שטארקן מיט'ן אכטן פסוק פון פרשת "שמיני" ,און זיך נישט לאזן אפ שוואכן דורך דעם יצר הרע וואס וויל אוועקשטעלן פאר די אויגן אלע זיינע עבירות און דורכפעלער .ער וויל איהם אריינברענגען אין עצבות ח
- Издание
- אמונה און בטחון
- Дата
- 5 апреля 2024 г.
- Страниц
- 2
Темы: shabbat_laws