Skip to main content
.

Об этом документе

לעבן מיט דער צייט — Bechukotai 5784

Выпуск: לעבן מיט דער צייט — Bechukotai 5784. Темы: shabbat_laws, parsha_commentary. Поисковые термины: шаббат, законы шаббата, melacha, hilchot shabbat, שבת, הלכות שבת, מלאכה, недельная глава, парша, parsha, פרשה, פרשת השבוע. ‫‪"Leben Mit Der Tzeit" Parshat Behar-Bechukotai‬‬ ‫‪Page 1 of 1‬‬ ‫ב"ה‬ ‫לעבן מיט דער צייט‬ ‫געדאנקען אויף דער פרשה פון דער וואך‬ ‫פאר קינדער און יוגנט‬ ‫לויט די שיחות‬ ‫פון ליובאוויטשער רבי'ן‬ ‫בהר ‪ -‬בחוקותי‬ ‫בהר ‪ -‬בחוקותי‬ ‫די תורה זאגט אז "ושבתה הארץ שבת לה'" )די ערד זאל רוען צו השם( און נאכדעם שטייט‬ ‫"שש שנים תזרע שדך" )זעקס יאר זאלסטו פלאנצן דיין פעלד(‪.‬‬ ‫דארף מען פארשטיין‪:‬‬ ‫לכאורה וואלט דער סדר געדארפט זיין פארקערט ‪ -‬פריער ארבעט מען זעקס יאר אין פעלד‬ ‫און ערשט דערנאך היט מען דעם זיבעטן יאר פון שמיטה‪ .‬פארוואס זאגט די תורה פריער‬ ‫וועגן שנת השמיטה און דערנאך וועגן דעם זעקסטן יאר?‬ ‫דער ענטפער איז‪:‬‬ ‫בכדי א איד זאל קענען ריכטיג מקיים זיין די "שש שנים תזרע שדך"‪ ,‬מוז ער געדענקען אז‬ ‫דער זיבעטער יאר וועט זיין "שבת לה'"‪.‬‬ ‫דער ענין פון שמיטה איז‪ :‬דער זיבעטער יאר דארף זיין שבתון לארץ‪ ,‬שדך לא תזרע וכרמך‬ ‫לא תזמור‪ .‬דער זיבעטער יאר דארף ער אפשטעלן די אלע מלאכות הארץ פון וואס מען מאכט‬ ‫ברויט‪ ,‬וואס דערפון לעבט א מענטש‪.‬‬ ‫וכי תאמרו מה נאכל? אויף דעם‬ ‫ענטפערט די תורה‪ :‬וצויתי את ברכתי וגו' ועשת את התבואה לשלש השנים‪ .‬דער אויבערשטער‬ ‫וועט שיקן זיין ברכה אז מען וועט קענען עסן דריי יאר פון דעם וואס וואקסט אין דעם‬ ‫זעקסטן יאר‪.‬‬ ‫מען מאנט ביי א אידן אז איין מאל אין זיבן יאר זאל ער זיך געזעגענען פון אלע זיינע‬ ‫ערדישע באדערפענישן‪ .‬ער זאל ניט האבן צוטאן מיט מלאכות הארץ פון וואנענט עס‬ ‫וואקסט ברויט‪ .‬נאר ער זאל זיך אינגאנצן פארלאזן אויף דעם אויבערשטן‪ ,‬אז ער וועט‬ ‫עם געבן פרנסה העכער פון נאטור‪.‬‬ ‫ווען מען פארשטייט דאס אין זיבעטן יאר; דעמאלסט איז אויך אין די זעקס יאר ווען ער‬ ‫אקערט און פלאנצט און עס וואקסט תבואה‪ ,‬פארשטייט ער אז ניט פון זיין ארבעט האט ער‬ ‫זיין ברויט‪ ,‬נאר דער אויבערשטער גיט עם זיין ברויט דורך דער נאטור‪ .‬א איד'ס ארבעט איז‬ ‫נאר צו פארדינען דעם ברכת ה' דורך היטן זיין תורה און מצוות‪.‬‬ ‫)לקו"ש‪ :‬ח"א ע' ‪ .274‬ח"ב ע' ‪(551‬‬ ‫"‪Back to "Leben Mit Der Tzeit‬‬ ‫‪http://www.moshiach.net/blind/children/ot-47.htm‬‬ ‫‪5/15/2011‬‬ ווי אזוי קען מען לעבן אז מען וועט ניט פלאנצן און אקערן?

Издание
לעבן מיט דער צייט
Дата
31 мая 2024 г.
Страниц
1

Темы: shabbat_laws, parsha_commentary