Об этом документе
לעבן מיט דער צייט — Behar 5784
Выпуск: לעבן מיט דער צייט — Behar 5784. Темы: family_education, holidays, parsha_commentary. Поисковые термины: воспитание, дети, семья, chinuch, family, חינוך, ילדים, משפחה, пурим, песах, ханука, суккот, yom tov, פורים, פסח, חנוכה, סוכות, недельная глава, парша, parsha. "Leben Mit Der Tzeit" Pirkei Avos-04 Page 1 of 1 ב"ה לעבן מיט דער צייט געדאנקען אויף דער פרשה פון דער וואך פאר קינדער און יוגנט לויט די שיחות פון ליובאוויטשער רבי'ן פרקי אבות פרקי אבות -פרק ד פרק ראשון פרשת אמור ,ספירת העומר פרק שני פסח שני +ל"ג בעומר פרק שלישי פרק רביעי לקראת הקייץ פרק חמישי ענייני משיח פרק שישי פרק רביעי אין פערטן פרק פון אבות זאגט די משנה :שלשה כתרים הן ,כתר תורה וכתר כהונה וכתר מלכות ,וכתר שם טוב עולה על גביהן .פרעגן אויף דעם ,די מפרשים :פארוואס רעכנט ער ניט "כתר שם טוב" מיט די אנדערע כתרים ,און ער זאגט ניט "ארבעה" כתרים הן? אויך דארף מען פארשטיין: וואס איז אזוי גרויס די מעלה פון א גוטען נאמען ,ביז עס איז גרעסער פון כתר תורה ,כתר כהונה און כתר מלכות? ווען ער איז "על גביהן" ,ווען עס קומט נאך די פריערדיגע דריי כתרים" .שם טוב" אליין איז גארניט אזא מעלה ,ווי געזאגט פריער אז דאס איז א אויסערליכער זאך .נאר ווען ער איז "עולה על גביהן" פון די אמת'ע מעלות איז עס א גרויסע מעלה. דעריבער רעכנט מען ניט "כתר שם טוב" פאר א פערטע מעלה ,ווייל פאר זיך אליין איז עס ניט קיין גרויסע מעלה .בשעת אבער עס זיינען דא די דריי כתרים פון תורה ,כהונה און מלכות ,און נאך זיי " -על גביהן" -קומט דער "כתר שם טוב" ,דאן איז ער "עולה" ,ער איז נאך העכער פון די דריי כתרים אליין. )לקו"ש ח"ד ע' (1214 "Back to "Leben Mit Der Tzeit http://www.torah4blind.org/children/ot-pa04.htm 5/1/2011 "Leben Mit Der Tzeit" Parshat Emor Page 1 of 2 ב"ה לעבן מיט דער צייט געדאנקען אויף דער פרשה פון דער וואך פאר קינדער און יוגנט לויט די שיחות פון ליובאוויטשער רבי'ן פרשת אמור ,ספירת העומר אמור ,ספירת העומר )א( פונקט ווי מען דארף זיך לערנען פון דער פרשת השבוע ,אזוי אויך דארף מען זיך לערנען פון א גאנצע תקופה .אזוי ווי די תורה פון דעם אלטען רבי'ן :מען דארף לעבן מיט דער צייט. איינע פון די לימודים פון ספירת העומר איז: די מצוה פון ספירת העומר איז צו ציילן די טעג ,צו ציילן צייט .לכאורה האט ניט קיין ארט צו ציילן צייט .ציילן ציילט מען א זאך וואס קען זיין אדער מער אדער ווייניגער ,אדער מ'קען פארלירן אדער ס'קען צוקומען .ביי אזא זאך ציילט מען צו
- Издание
- לעבן מיט דער צייט
- Дата
- 24 мая 2024 г.
- Страниц
- 7
Темы: family_education, holidays, parsha_commentary