Skip to main content
.

Об этом документе

5713-04 ש"פ שמות תשי"ג-2

Выпуск: 5713-04 ש"פ שמות תשי"ג-2. Темы: shabbat_laws, holidays, parsha_commentary. Поисковые термины: шаббат, законы шаббата, melacha, hilchot shabbat, שבת, הלכות שבת, מלאכה, пурим, песах, ханука, суккот, yom tov, פורים, פסח, חנוכה, סוכות, недельная глава, парша, parsha, פרשה. .‬ניט נאר וואס מען האט ניט געמאכט קיין חשבונות פון דעם שווערען מצב פון גלות‪,‬‬ ‫מען האט [תחילה נכתב "האט מען"‪ ,‬ותיקן כנ"ל] אויך ניט געמאכט קיין חשבונות‬ ‫וואוהין די תורה דערלאנגט‪ ,‬צי אין שרש הנבראים צי העכער‪ .‬און עס איז גאר א סברא‬ ‫אז זייער תורה האט אינגאנצן ניט עולה געווען‪ ,‬ווארום זיי זיינען געווען נשמות פון דור‬ ‫הפלגה‪ ,‬ובמילא אין זייער תורה לא סליק לעילא און עס איז געבליבן למטה אין עוה״ז‪,‬‬ ‫‪..‬‬ ‫‪ . .‬דער רוח אויר הנ״ל פון גאס‪ ,‬אז איצטער איז ניט קיין צייט אויף ישיבות ‪ -‬האט‬ ‫גע'פועל׳ט אויך אויף כמה מתלמידי הישיבות‪.‬‬ ‫פראן אזוינע תלמידים וואס טענה׳ן‪ ,‬אז זיי איז שווער צו לערנען‪ ,‬כדבעי‪ .‬זיי מוזן זיך‬ ‫פריער פארזארגן מיט פרנסה‪ .‬ער קען ניט לערנען רוהיק‪ ,‬ווארום עס קוועטש אים שוין‬ ‫אין קאפ‪ ,‬מיט וואס וועט ער מפרנס זיין די קינדער וואס דער אויבערשטער וועט אים‬ ‫געבן נאכדעם ווי אז ער וועט קומען לעונת השידוכין‪ ,‬און מען וועט טאן אין דעם‪ ,‬און‬ ‫ער וועט געפינען זיין בת גילו‪ ,‬און עס וועט זיין תנאים און דערנאך חתונה און דערנאך‬ ‫וועלען געבארען ווערן קינדער בשעה טובה ומוצלחת‪ ,.‬און אדער וואס וועט ער זיי‬ ‫איבערלאזן נאך הונדערט און צוואנציק יאר‪ ,‬ובמילא‪ ,‬גייט ער שוין אועק ‪ -‬על כל פנים‬ ‫מיט זיין כח ההעמקה גייט אועק ‪ -‬אין גאס און טראכט וועגען "תכלית"‪ ,‬פון פרנסה‪.‬‬ ‫[תחילה מחק התיבות "פון פרנסה"‪ ,‬ואח"כ ביטל המחיקה]‬ ‫‪ . .‬אבער עס דארף דאך זיין ניט [תחילה נכתב "ניט זיין"‪ ,‬ותיקן כנ"ל] אזוי‪ ,‬און אויך‬ ‫אויף דעם איז דא די אַ הוראה מהנ״ל‪:.‬‬ ‫אין מצרים איז אויסער דעם וואס עס איז געווען זייער א שווערער גלות כנ״ל‪ ,‬האט‬ ‫מען דאך גאר נישט געוואוסט ווען מ׳וועט ארויסגיין פון גלות‪ .‬מ'איז מען געווען אזוי‬ ‫שטארק פאַראיינגקוועצט אז ס׳איז מ'האט גאר ניט געווען קיין טראכט פאַרנומען אַ‬ ‫מחשבה וועגען ארויסגיין פון גלות‪ .‬אפילו בשעת משה רבינו האט אנגעזאגט די בשורת‬ ‫הגאולה איז ‪ -‬ולא שמעו אל משה מקוצר רוח ומעבודה קשה ‪. .‬און פונדעסטוועגען‪ ,‬איז אפילו איידער משה איז געקומען און געזאגט פקדתי‪ ,‬האט‬ ‫מען ניט געטראכט קיין חשבונות‪ ,‬וואס וועט זיין דער "תכלית"‪ ,‬נאר מ׳איז געזעסן אין‬ ‫די ישיבות און געלערנט‪ ,‬ניט וויסענדיק אפילו וואס עס טוט זיך מיט זייער לימוד‬ ‫התורה‪ .‬היינט מכ״של שכן איצטער אז עס דארף ניט איינגן אין קאפ‪" ,‬וואס וועט זיין‬ ‫דער תכלית" און מען

Издание
Агаот Ребе
Страниц
18

Темы: shabbat_laws, holidays, parsha_commentary