Об этом документе
11 Nissan 5742 — yiddish
Выпуск: 11 Nissan 5742 — yiddish. Темы: shabbat_laws, kashrut, family_education, chassidus_hashkafa, holidays, health_mind. Поисковые термины: шаббат, законы шаббата, melacha, hilchot shabbat, שבת, הלכות שבת, מלאכה, кашрут, кошер, kosher, kashrut, כשרות, כשר, воспитание, дети, семья, chinuch, family, חינוך, ילדים. התוועדות י"א ניסן ה'תשמ"ב בס"ד .שיחת י"א ניסן ה'תשמ"ב. הנחה פרטית בלתי מוגה שיחה ג': ווי דערמאנט פריער ,ווערט ערווארט פון יעדער מענטשן ,אז וויבאלד אז דער אויבערשטער גיט אים צייט און יארן אז ער זאל וואקסן – זאל ער וואקסן צום אלעם ערשטן אין דער נשמה און אין רוחניות ,וואס דאס קומט צוזאמען מיטן וואקסן פון דעם גוף ,און ווי דער אלטער רבי אונטערשטרייכט אין תניא ,אז "גופם טפל ונפשם עיקר" :אז דער עיקר ווקאסן דארף גאר זיין אין דער נשמה ,און דורך דערויף ,אלס א טפל ,וואקסט אויך דער גוף. וואס אט דא ווערט דאך די שאלה וואס מ'פרעגט – און ליידער איז דא גאר אזוינע וואס פרעגן ניט ,נאר אליין מאכן זיי שוין די מסקנות ,כאטש אפילו די שאלה האט דעם ריכטיקן ענטפער – אז וויבאלד אז ער איז געווארן מיט א יאר עלטער ,במילא איז ער דאך שוין ניט – ווי די וועלט מיינט – מיט די כחות וואס ער האט געהאט מיט א יאר פריער ,בארעכטיגט דאס אים אז ער זאל עפעס נאכגעבן און טאן ווייניקער אין די ענינים וואס זיינען פארבונדן מיט זיין שליחות. און ווי עס פירט זיך גראדע אין מדינה זו ,וואס זי איז דאך געבויט געווארן אויף "מרץ" ,אויפגעבויט געווארן און מ'האט דאס אוועקגעשטעלט אלס א ציל ,אז מ'זאל זען זיך אויפארבעטן ,ביז וואנעט אז דאס ווערט שוין אמאל איבערטריבן ,און מ'מאכט דערפון דעם עיקר :אז אין וואס באשטייט דער אויפארבעטן? אין די ענינים פארבונדן מיט כסף וזהב ,ענינים פארבונדן מיטן גוף ,און מ'מאכט דערפון דעם עיקר; און דוקא אין דער מדינה האט מען איינגעפירט ,אז בשעת א מענטש ווערט אלט עטלעכע און פערציג יאר ,ווער רעדט נאך – פופציג יאר ,ווער רעדט נאך – עטלעכע און פופוציג יאר ,בארעכטיגט דאס אים ,אז ער זאל שוין טראכטן וועגן "רעטייער'ן" ,וועגן ווערן ווייניקער אקטיוו אין זאכן וואס זיינען פארבונדן מיט מענטשלעכקייט ,וואס דאס איז דער עיקר און דער תכלית פון זיין באשאף. און בשעת מ'פרעגט ביי אים :דער אויבערשטער האט דאך באשאפן א מענטשן – "אדם לעמל יולד" – כדי ער זאל הארעווען און אויפטאן אין דעם אויבערשטנ'ס וועלט ,איז וויבאלד אז דער אויבערשטער גיט דיר פופציג יאר ,און דערנאך אן איין און פופציגסטן יאר ,און א זעכציק יאר ,און אן איין און זעכציגסטן יאר – איז דאך דאס א ראיה אז דו האסט נאך וואס צו א
- Издание
- Farbrengen With The Rebbe - Kovtzim
- Страниц
- 31
Темы: shabbat_laws, kashrut, family_education, chassidus_hashkafa, holidays, health_mind