Об этом документе
לעבן מיט דער צייט — Chukas 5784
Выпуск: לעבן מיט דער צייט — Chukas 5784. Темы: family_education, parsha_commentary. Поисковые термины: воспитание, дети, семья, chinuch, family, חינוך, ילדים, משפחה, недельная глава, парша, parsha, פרשה, פרשת השבוע. "Leben Mit Der Tzeit" Pirkei Avos-05 Page 1 of 2 ב"ה לעבן מיט דער צייט געדאנקען אויף דער פרשה פון דער וואך פאר קינדער און יוגנט לויט די שיחות פון ליובאוויטשער רבי'ן פרקי אבות פרקי אבות פרק ה פרק ראשון לקראת הקייץ פרק שני עניני משיח פרק שלישי פרק רביעי פרק חמישי פרק שישי פרק חמישי אין פינפטן פרק פון פרקי אבות רעכנט אויס די משנה כמה ענינים וואס זיינען אין דעם מספר עשרה .בעשרה מאמרות נברא העולם ,עשרה דורות מאדם עד נח ,עשרה נסיונות נתנסה אברהם אבינו ועוד. דארף מען פארשטיין: פארוואס דערמאנט ניט די משנה עשרת הדברות? לכאורה ,וויבאלד אז אלע זאכן נעמען זיך פון תורה ,ווי חז"ל זאגן אז די וועלט איז באשאפן געווארן בעשרה מאמרות אנטקעגן די עשרת הדברות ,האט מען דאך צו אלעם ערשטן געדארפט רעכענען די עשרת הדברות, און דערנאך רעכענען די אנדערע זאכן וועלכע זיינען באשאפן געווארן אזוי ווי די עשרת הדברות. דער ענטפער איז: אלץ נעמט זיך טאקע פון תורה .די וועלט איז באשאפן געווארן לויט די תורה ,אבער די תורה איז העכער פון וועלט .מען קען ניט רעכענען תורה צוזאמען מיט זאכן פון וועלט אזוי ווי בעשרה מאמרות נברא העולם. צווישען די זאכן וועלכער ווערן אויסגערעכנט אין מספר פון עשרה ,זיינען דא ניט נאר נאטירליכע זאכן ,נאר אויך ניסים ,ביז אויך די ניסים וואס זיינען געווען אין בית המקדש. די משנה רעכענט עשרה ניסים שנעשו לאבותינו במצרים און עשרה ניסים שנעשו לאבותינו בבית המקדש. פונדעסטוועגן רעכנט ניט די משנה עשרת הדברות .ווייל תורה איז העכער אפילו פון ניסים, אויך פון ניסים פון בית המקדש .בית המקדש איז דער שלימות פון וועלט .דער תכלית פון באשאפען דעם וועלט איז "לעשות לו ית' דירה בתחתונים" -צו מאכן א דירה פאר'ן אויבערשטן .דער תכלית דריקט זיך אויס אין בית המקדש וואו די שכינה רוט. http://www.torah4blind.org/children/ot-pa05.htm 5/1/2011 "Leben Mit Der Tzeit" Pirkei Avos-05 Page 2 of 2 די גמרא זאגט אז די תורה איז באשאפן געווארן פאר דער וועלט" ,קדמה לעולם" .דערפאר איז תורה העכער פון ניסים אויך פון ניסים אין דעם בית המקדש ,וואו עס איז געווען די שלימות פון וועלט. די הוראה פון דעם איז: בשעת מען לערנט תורה ,דארף מען לערנען תורה "לשמה" .מען דארף לערנען לשם התורה, צוליב די תורה אליין .אלע אנדערע זאכן זיינען ענינים פון וועלט
- Издание
- לעבן מיט דער צייט
- Дата
- 12 июля 2024 г.
- Страниц
- 5
Темы: family_education, parsha_commentary