Об этом документе
5712-07 (2) ב' דחה"פ תשי"ב, ש"פ צו ואחש"פ תשי"ד
Выпуск: 5712-07 (2) ב' דחה"פ תשי"ב, ש"פ צו ואחש"פ תשי"ד. Темы: shabbat_laws, family_education, health_mind. Поисковые термины: шаббат, законы шаббата, melacha, hilchot shabbat, שבת, הלכות שבת, מלאכה, воспитание, дети, семья, chinuch, family, חינוך, ילדים, משפחה, здоровье, психология, стресс, health, mental. חוברת קסא עלי ההגהה לקוטי שיחות חלק א -פרשת שמות - יוצא-לאור לש"פ שמות ה'תשפ"ה בפעם הראשונה על ידי מערכת "מפתח" שנת חמשת אלפים שבע מאות שמונים וחמש לבריאה פתח דבר לקוטי שיחות ח"א ,פ' שמות – עלי ההגהה 6 7 עלי ההגהה ס"א אויפן פסוק כל הבן הילוד היאורה תשליכוהו וכל הבת תחיון ,פרעגט מען*) ,נאך וואס האט פרעה געדארפט אויספירן :וכל הבת תחיון .אים איז דאך געווען נוגע נאר אז כל הבן הילוד היאורה תשליכוהו ,און וואס וועט זיין מיט בנות ישראל איז אים ניט געווען נוגע ,אדער אדרבה כו' היינט נאך וואס האט ער געדארפט און דאך איז ער מסיים זיין וכל הבת תחיון? .די אידישע קינדער וועלכע וועלן בלייבן לעבן (בגשמיות) ,זאלן זיי -די מצריים -מחי' זיין זיי ,ערציען זיי און [תחלה נכתב "ערציען זיי און מחי' זיין זיי" ,ותיקן כנ"ל] אין דעם קאך דרך און לעבן פון מצרים ,בכדי אפצוטויטן ר"ל זייער נשמה. דערמיט איז אויך פארשטענדיג דער שינוי הלשון ,וואס צו מילדות העבריות האט פרעה אויך געזאגט וועגען ניט טשעפען די בנות -כדי לייכטער אויספירען בא זיי דעם והמיתן אותו פון בן ,אבער זיי האט ער ניט געזאגט תחיון -נאר וחי'. . .איז א ראי' אז דער "וכל הבת תחיון" איז ניט קיין קלענערע גזירה פון "כל הבן הילוד היאורה תשליכוהו" ,ד.ה .אז אפטויטן ר"ל די נשמה איז אזוי הארב אזוי ווי אפטויטן דעם גוף ,און נאך ערגער .כהלשון ווייל :קשה מיתה רוחנית יותר ממיתה גשמיות. ס"ב . .די סיבה אויף דעם -כפשוטו -איז געווען ,ווייל דאס -נילוס -איז געווען זייער מקור הפרנסה .אין מצרים איז ניט געגיינגען קיין רעגן און די שדות האט אנגעטרונקען דער יאור נילוס .דערפאר האבן די מצריים געדינט צום נילוס ,ווייל דאס ער איז איז געווען זייער מקור הפרנסה. און דאס איז היאורה תשליכוהו ,וואס באדייט צוויי ענינים :א) גלות מצרים בגשמיות כפשוטו :.אפטייטן ר"ל דעם אידישן גוף .ב) גלות מצרים ברוחניות :אריינווארפן זיי אין דעםר קאך ע"ז און תענוג (מים -וואס פון זיי באשטייט א דער יאור -איז דער ענין פון תענוג ,ווארום מים מצמיחים כל מיני תענוג) פון מצרים ,צו אפטייטן ר"ל זייער נשמה. ס"ג . .אויך היינט איז דא דער פרעה מלך מצרים ,ד.ה .די בעל-הבית'שקייט און הנהגה פון דער ל
- Издание
- Агаот Ребе
- Страниц
- 11
Темы: shabbat_laws, family_education, health_mind