Об этом документе
17 יחידות כללית, כ״ב כסלו וש״פ וישב, מבה״ח טבת
Выпуск: 17 יחידות כללית, כ״ב כסלו וש״פ וישב, מבה״ח טבת. Темы: kashrut, family_education, chassidus_hashkafa, holidays, health_mind. Поисковые термины: кашрут, кошер, kosher, kashrut, כשרות, כשר, воспитание, дети, семья, chinuch, family, חינוך, ילדים, משפחה, хасидут, хасидский взгляд, chassidus, hashkafa, חסידות, השקפה. שיחות יחידות כללית ,אור ליום ועש"ק ,כ"ב כסלו ש"פ וישב ,מבה"ח טבת ה’תשמ”ב ~ כקביעות שנה זו ~ הנחה בלתי מוגה שנת חמשת אלפים שבע מאות שמונים ושש לבריאה Sichos Kodesh 5742 To receive the Kovtzim, please contact us Kvius5742@gmail.com or text: 248.635.3949 בס"ד .אור ליום ועש"ק ,כ"ב כסלו תשמ"ב. -יחידות לקבוצת משפחות - הנחה פרטית בלתי מוגה זאל דער אויבערשטער בענטשן און מצליח זיין יעדערן פון אייך און אלעמען צוזאמען אין אלעם אין וואס מ'נויטיקט זיך סיי בגשמיות סיי ברוחניות. כולל ,ובפשטות ,אויך אויף שטייגן מחיל אל חיל אין אלע זאכן פון טוב וקדושה פון תורה ומצוות ,אין לערנען תורה און מקיים זיין מצוות בהידור, און טאן דאס אלעס אין גוטן געזונט און אין גוטע פרנסה ,און מיט א סאך נחת פון זיך אליין און פון קינדער און קינדס קינדער. ובפרט -הצלחה אין די ענינים פון פארשפרייטן אידישקייט ארום זיך ,פארשפרייטן מעיינות החסידות ארום זיך ,און פארשפרייטן כל עניני תורה ומצוותי' אין אן אופן פון הולך ומוסיף ואור ,אלץ מער ליכטיק מאכן ארום זיך ,און זיכער בא זיך. און בפרט אז מ'קומט דאך פון דעם טאג פון י"ט כסלו ,וואס דאס איז דאך דער יום הגאולה פון דעם אלטן רבי'ן ,וואס האט זיך מוסר נפש געווען אויף פארשפרייטן אידישקייט און האט מצליח געווען אין א פעולה נמשכת אויף די אלע דורות לאחרי זה, זאל מען נעמען דערפון די כחות און דעם ביישפיל ,און נוצן דאס אין המעשה הוא העיקר ,און טאן באורחותיו ובדרכיו אין דאס אלעם אויבן=געזאגטן. און ספעציעל אז מ'האלט דאך נאענט צו ימי חנוכה ,וואס די מצוה איז דאך אויף אנצינדן א \נר מצוה" ,וואס זי איז פארבונדן מיט \תורה אור" ,און צוגעבן און מוסיף זיין יעדער טאג נאך א ליכטל און נאך א ליכטל - זאל מען דאס אויך אזוי טאן בפועל אין \נר מצוה" און אויך אין \תורה אור", ג און דאס וועט נאך מער מוסיף זיין בברכת ה' סיי בגשמיות סיי ברוחניות. ובפרט אז זיכער האט דא יעדערער פון אייך שוין א אות -אדער וועט האבן בקרוב ממש א אות -אין איינע פון די ספרי תורה'ס, זאל מען גיין צוזאמען ,יעדערער און אלע צוזאמען און צוזאמען מיט די ספרי תורה'ס -לקבל פני משיח צדקנו בקרוב ממש, און אינצווישן זאל אויך זיין \לכל בנ"י הי' אור במושבותם"
- Издание
- Сихот Кодеш
- Страниц
- 41
Темы: kashrut, family_education, chassidus_hashkafa, holidays, health_mind