Об этом документе
5719-02 ש"פ חיי שרה תשי"ט-1
Выпуск: 5719-02 ש"פ חיי שרה תשי"ט-1. Темы: shabbat_laws. Поисковые термины: шаббат, законы шаббата, melacha, hilchot shabbat, שבת, הלכות שבת, מלאכה. חוברת רכג עלי ההגהה לקוטי שיחות חלק ד -פרשת שלח - יוצא-לאור ליום הבהיר כ"ח סיון ,ש"פ שלח, מבה"ח תמוז ה'תשפ"ו בפעם הראשונה על ידי מערכת "מפתח" שנת חמשת אלפים שבע מאות שמונים ושש לבריאה לקו"ש ח"ד ,פ' שלח 22 23 עלי ההגהה – הגהה ראשונה . .קען דאך אבער דער יצה"ר טענה'ן :אמת טאקע אז מען דארף טאן אויך מיט א צווייטן ,ס'איז דאך אבער גענוג אז איך זאל משפיע זיין אויף אזא וואס איז בערכי ,אין מיין ערך ,און [תחילה נכתב "דארף איך" ,ותיקן ]:איך דארף ניט אראפלאזן זיך צו מציל זיין אזא וואס איז לגמרי נידעריקער פון מיין סוג . .איז דא נאך א הוראה פון פרשת המרגלים אז אויך די דיבור איז ווייניק און עס מוז זיין דווקא מעשה .דער חילוק צווישן דיבור און מעשה איז :דיבור איז טאקע צו א זולת ,אבער צו א זולת שבערכו ,מ'קאן ריידען נאר צו א מדבר צו א מענטשן ,און צו אַ זאַ וואס הערט ,פארשטייט די שפראך א.ז.וו .משא"כ מעשה פועלט אפילו אין א דומם .וואס אט די הוראה ,אז ס'מוז זיין מעשה ,לערנט אונז אז מען דארף זיך אפגעבן צו מקרב זיין אפילו אזא אידן וואס איז לגבי אים אין אַ בחי' דומם . .ולכאורה איז ניט פארשטאנדיק ,וואס דער תנא פארגלייכט חכמה צו צווייגען און מעשים צו ווארצלען :אדרבה -מעשים זיינען דאך נאר א תוצאה און אפצווייגונג פון חכמה; דער ריכטיקער פארשטאנד און וויסן ווי מען דארף זיך אויפפירן ברענגט דעם מענטשן צו טאן גוטע מעשים ,זיינען דאך גאר לכאורה די מעשים ווי צווייגען וואס שטאמען ארויס פון דעם ווארצל ,דעם ריכטיקן שכל -היינט פארוואס פארגלייכט דער תנא חכמה צו צווייגן און מעשים לקו"ש ח"ד ,פ' שלח 24 25 עלי ההגהה – הגהה ראשונה צו ווארצלען? ס"י . .מוז מען דאך זאגען ,אז מיט די ווערטער "ענף זה הגוף" ,מיינט ניט די גמרא בעיקר ניט דעם גשמיות'דיקן גוף זעלבסט ,נאר דעם טייל פון דער נשמה וואס טוט זיך אן אין גוף .און פאראייניקט זיך מיט עם* .32כידוע ,אז ניט די גאנצע נשמה טוט זיך אן אין גוף ,ווארום דער גוף איז [תחילה נכתב "ניט קיין כלי צו קענען פארנעמען" ,ושינה הסדר ותיקן ]:קעןנען ניט קיין כלי צו פארנעמען די גאנצע נשמה; דאס וואס עס טוט זיך אן אין גוף איז בלויז א הארה און א מקצת פון דער נשמה ;,און דיער עצם עיקר הנשמה בלייבט למעלה .און דאס מיינט די גמרא "שרש זו הנשמה וענף זה הגוף :,אז דער טייל נשמה וואס ווערט נתלבש אין גוף איז נאר אן ענף ,אן אפצווייג פון זיין שורש, עצם עיקר הנש
- Издание
- Агаот Ребе
- Страниц
- 18
Темы: shabbat_laws