Skip to main content
.

Об этом документе

5719-04 ש"פ שמות תשי"ט

Выпуск: 5719-04 ש"פ שמות תשי"ט. Темы: shabbat_laws, health_mind. Поисковые термины: шаббат, законы шаббата, melacha, hilchot shabbat, שבת, הלכות שבת, מלאכה, здоровье, психология, стресс, health, mental, בריאות, נפש. ‫‪.‬‬ ‫‪ 40‬׀ תשורה משמחת הנישואין של יעקב דוד ורבקה שיחיו גארדאן‬ ‫ב‪.‬‬ ‫הגהות לשיחת ש"פ שמות מבה"ח שבט תשי"ט‪ .‬השיחה נדפסה (עם שינויים קלים) כהנחה‬ ‫בלתי מוגה ובו נכללו תוכן רוב ההגהות‪.‬‬ ‫‪.‬‬ ‫בדר"ח תמוז ה'תשפ"ד ׀ ‪41‬‬ ‫בס"ד ש"פ שמות‪ ,‬מבה"ח שבט‪ ,‬תשי"ט‪ .‬הנחה בלתי מוגה‬ ‫א‪ .‬דער צווייטער ספר פון די חמשה חומשי תורה הויבט זיך אן‪ ,‬ואלה שמות בני ישראל הבאים מצרימה‪.‬‬ ‫איז ידוע וואס רש"י פרעגט אויף דעם נאך וואס דארף מען אויסרעכענען די נעמען נאך אמאל‪ ,‬עס שטייט דאך‬ ‫שוין אין פ' ויגש (מו‪ ,‬ח) די נעמען פון די אלע וואס זיינען געגאנגען קין מצרים‪.‬‬ ‫טיפער איז די קושיא‪ ,‬אז אפילו אין פ' ויגש האט מען אויך ניט געדארפט אויסרעכענען בפרטיות‪ ,‬ווארום‬ ‫אין פ' ויצא וישלח רעכענט מען דאך אויס אלע קינדער פון יעקב'ן‪ ,‬האט דאך געקענט גענוג זיין צו זאגן‪ ,‬אז‬ ‫יעקב מיט אלע זיינע קינדער זיינען געקומען קיין מצרים‪ ,‬נאך וואס דארף מען אויסרעכענען אויך זייערע‬ ‫נעמען?‬ ‫ב‪ .‬אין מדרש זאגט ער אז דער טעם ואס ער זאגט ואלה שמות גו' הבאים מצרימה‪ ,‬איז אויף צו ווייזען‪ ,‬אז‬ ‫כאטש זיי זיינען געווען אין גלות צוויי הונדערט מיט צעהן יאר‪ ,‬פונדעסטוועגן‪ ,‬איז במשך הזמן האט זיך ניט‬ ‫געביטען זייערע נעמען‪ ,‬און די זעלבע נעמען וואס זיי האבן געהאט קומענדיק קיין מצרים‪ ,‬די זעלבע נעמען‬ ‫האבן זיי געהאט אויך ארויסגייענדיק פון מצרים‪.‬‬ ‫אבער דער ביאור איז ניט מספיק‪ ,‬וארום לפי"ז איז דאך ניט נוגע צו אויסרעכענען פרטי שמותיהם ראובן‬ ‫שמעון וגו'‪ ,‬עס איז דאך ניט נוגע וואס פאר א נעמען זיי האבן געהאט‪ ,‬עס איז דאך נאר נוגע‪ ,‬אז די זעלבע‬ ‫נעמען זיינען געווען בשעת ירידתם ובשעת עליתם ממצרים?‬ ‫ג‪ .‬נאך א ענין שטייט אין מדרש אז ישראל משולים לכוכבים‪ ,‬נאמר כאן שמות ונא' בכוכבים שמות‪ ,‬שנא'‬ ‫מונה מספר לכוכבים לכולם בשמות שמות יקרא‪ .‬דערפאר איז אויך אידן רופט ער אן מיט שמות‪.‬‬ ‫דער פשט פון ישראל נמשלו לכוכבים איז‪ :‬די מעלת הכוכבים איז אז זיי ווערן קיין מאל ניט בטל‪ .‬כאטש זיי‬ ‫זיינען דאך קלענער פון אור הלבנה ומכ"ש פון אור החמה פונדעסטוועגען איז אויף חמה ולבנה שטייט וחפרה‬ ‫הלבנה ובושה החמה‪ ,‬משא"כ אור הכוכבים קיים לעד‪ .‬און אזוי אויך אידן איז כאטש אז אתם המעט מכל‬ ‫העמים פונדעסטועגען קיימים לעד‪.‬‬ ‫און דאס איז פארבונדן מיטן ענין שנקראים בשם‪ ,‬ווארום הנקרא בשם ווייזט אויף חשיבות‪ ,‬ובמילא ווערט‬ ‫ער ניט בטל‪ .‬ובמכ"ש פון דבר שבמנין‪ ,‬דלא בטל‪ ,‬איז הנקרא בשם‪ ,

Издание
Агаот Ребе
Страниц
8

Темы: shabbat_laws, health_mind