Об этом документе
5715-12 (2) ש"פ נצו"י תשט"ו-2
Выпуск: 5715-12 (2) ש"פ נצו"י תשט"ו-2. Темы: shabbat_laws, chassidus_hashkafa, health_mind. Поисковые термины: шаббат, законы шаббата, melacha, hilchot shabbat, שבת, הלכות שבת, מלאכה, хасидут, хасидский взгляд, chassidus, hashkafa, חסידות, השקפה, здоровье, психология, стресс, health, mental, בריאות, נפש. תשורה משמחת הנישואין של חיים וחנה שיחיו מאס 50 ט"ו אלול ה'תשפ"ד תשובה ושמחה עס שטעהט אין פרי עץ חיים ,אז להוי' ויאמרו לאמר אשירה איז ראשי תיבות אלול .דארף מען פארשטעהן ,א) וואס האט דאס פאר א שייכות צו אלול .ב) וואס איז דער פשט לאמר. אלע מאהל מיינט לאמר – צו זאגען צו א צווייטען ,אבער וויבאלד אז אלע אידען זיינען געווען דערביי ,איז ווי פאסט דא דער ווארט לאמר? נאר דער פשט פון לאמר דא מיינט [תחילה נכתב "מיינט דא" ,ותיקן כנ"ל] לדורות ,אז בכל דור ודור זאל זיין דער אשירה לה' כי גאה גאה. בשעת אז א איד גיט זיך איבער צום אויבערשטען ,אשירה לה' ,דאמאלסט איז כי גאה גאה ,ווי דער תרגום זאגט אתגאי על גיותניא ,אז הגם עס איז טאקע פאראן גיותניא ,וואס דאס זיינען די שרים (הכוונה השרים שלמעלה ,הנהגת הטבע עפ"י סדר השתלשלות ,המעתיק) אבער בשעת א איד גיט זיך אוועק צום אויבערשטען ,איז דער אויבערשטער מבטל פאר איהם די גאנצע וועלט מיט די שרים ,אז אלע זיינען אונטער איהם. און דאס איז די עבודה פון אלול .ויאמרו לאמר אשירה לה' ,איבערגעבען זיך צום אויבערשטען ,וואס דאס איז תשובה ,וואס פון דעם קומט אויך ארויס די תנועה פון שמחה, אשירה .און די תנועה פון איבערגעבען זיך צום אויבערשטען פועל'ן דאס אויך אין נאך א אידען ,וואס דאס איז ויאמרו לאמר ,און אמירה לדורות ,וואס דאמאלסט וועט זיין דער כי גאה גאה ,אז מען ווערט א בעל הבית אויף דער גאנצער וועלט. (משיחת ש"ק מברכים אלול תשט"ו) ח"י אלול כ"ק מו"ח אדמו"ר האט געזאגט בשם ...להעתיק משיחת תשא (נדפס) [בקובץ ליובאוויטש נדפס :בשם זקני החסידים ],אז ח"י אלול איז דער פשט אז עס בריינגט אריין א חיות אין אלול .אלול איז ענינו וואס מען דארף מתקן זיין די שנה שעברה און דורכדעם זוכה זיין צו א שנה טובה ומתוקה לבשנה הבאה ,איז ח"י אלול בריינגט אריין א חיות אין דער עבודה .ניט נאר עס זאל ניט זיין בדרך מצוות אנשים מלומדה ,נאר אפילו ווען ער טוהט עס בהכנה וכוונה ,קען דאך זיין אז דאס איז אהן א חיות ,איז ח"י אלול טוהט אויף עס זאל זיין מיט א חיות און א לעבעדיגקייט. ח"י אלול איז דער יום הולדת הבעל שם טוב ,און ווי דער רבי כ"ק מו"ח אדמו"ר האט געזאגט ,אז דאס איז ניט נאר יום הולדתו בגופו ,נאר אויך דער יום הולדת בנשמתו ,און אויך דער יום התג
- Издание
- Агаот Ребе
- Страниц
- 5
Темы: shabbat_laws, chassidus_hashkafa, health_mind