Об этом документе
א ליכטיגן תמיד — Tazria - Metzora 5783
Выпуск: א ליכטיגן תמיד — Tazria - Metzora 5783. Темы: shabbat_laws, kashrut, family_education, chassidus_hashkafa, health_mind, parsha_commentary. Поисковые термины: шаббат, законы шаббата, melacha, hilchot shabbat, שבת, הלכות שבת, מלאכה, кашрут, кошер, kosher, kashrut, כשרות, כשר, воспитание, дети, семья, chinuch, family, חינוך, ילדים. און וואס דארף איך אינזין האבן? די תשובה אויף דעם איז :כדי צו פארשטיין די אלע זאכן ,דארף מען לערנען ספרי חסידות ,און די אלע ספרים אויף ספירת העומר ,און דורכטון די סוגיא ,ביז מען וועט פארשטיין ,אויף וויפיל מען וועט פארשטיין .אבער ווען איינער פארשטייט נישט ,איז נישט פשט ,אז לכבוד דעם זאל ער עס נישט זאגן .וואס מיר דארפן גלייבן באמונה פשוטה איז ,אז די גאנצע וועלט איז באשאפן געווארן מיט די מידות פון הקב"ה כביכול ,חסד גבורה תפארת ,נצח הוד יסוד און מלכות .דאס איז די גאנצע באשאפעניש פון די וועלט אויף א פשוטע שפראך ,און צוגאב צו דעם איז אויך דא חכמה בינה און דעת (וואס דאס איז די מקור פון די מידות ,און צוזאמען מיט די זיבן מידות איז עס 'עשר ספירות') ,און די וועלט פירט זיך מיט די מידות ,און יעדע מענטש דארף די אלע מידות מתקן זיין ,און זיך דערהייבן מיט די מידות ,צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות וואס מען קען נאר צוקומען אין עבודת השם. און יעצט אין די הייליגע טעג ,צווישן יציאת מצרים און קבלת התורה ,די ימי הספירה ,איז די זמן וואס מען דארף מאכן תיקונים אויף דעם .איז ממילא ,יעדער מענטש ,אפילו דו האסט נישט געלערנט די אלע ספרים צו פארשטיין וואס עס מיינט די מידות ,אבער דו גלייבסט אז דאס האט צוטון מיט אונז אידישע קינדער ,אונזער תפקיד איז צו ז מתקן זיין די מידות ,און ווען א מענטש פירט זיך אויף ערליך ,איז ער עס מתקן ,און ווען מען איז פוגם אין עבירות ,און מען פירט זיך נישט אויף ווי עס באדארף צו זיין ,מאכט מען א פגם אין די מידות .און אין די טעג ווילן מיר דאס אלעס מתקן זיין .דעריבער זאגן מיר די ווערטער מיט אמונה פשוטה ,אז אונז פראביר מיר צו טון וואס מיר קענען אין די הייליגע טעג ,צו מאכן תיקונים ,במחשבה דיבור ובמעשה ,לימוד התורה, תיקון המעשים ,תיקון המידות ,און אין יעדן טאג זאגן מיר עס באמונה פשוטה .דער הייליגער באשעפער נעמט עס אן .די עיקר איז ,אז מיר הארעווען צוצוקומען צו נתעלה ווערן אין אלע עניני עבודת השם און התקרבות להקב"ה ,און זיין גרייט צו קבלת התורה. קול פנים מאירות ארה"ב // 845-414-0076 :ארה"ק // 0-72-370-1823 :ענגלאנד// 330-350-3190 : ארגענטינע // 54-15-246-0460 :אנטווערפן323-346-06
- Издание
- א ליכטיגן תמיד
- Дата
- 20 апреля 2023 г.
- Страниц
- 19
Темы: shabbat_laws, kashrut, family_education, chassidus_hashkafa, health_mind, parsha_commentary