Skip to main content
.

Об этом документе

מבאר רבותינו — Vayeira 5787

Выпуск: מבאר רבותינו — Vayeira 5787. Темы: shabbat_laws, relationships_shalom_bayit. Поисковые термины: шаббат, законы шаббата, melacha, hilchot shabbat, שבת, הלכות שבת, מלאכה, шалом байт, брак, отношения, shalom bayit, marriage, שלום בית, זוגיות. ‫פרק א‬ ‫ליכט צינדען לכבוד שב"ק (ד)‬ ‫ט) דער חיוב צו צינדן לעכט ערב שבת איז סיי אויף מענער און סיי אויף‬ ‫פרויען‪.‬יב אבער די פרויען זענען מער געווארנט אין דעם‪ ,‬צוליב דורך דעם‬ ‫זענען זיי מתקן די זינד פון חוה‪.‬יג אדער ווייל זיי געפינען זיך אין שטוב‪ ,‬און‬ ‫זיי באשעפטיגן זיך מיט די הויז באדערפענישן‪.‬יד‬ ‫יב) אין שולחן ערוך (או"ח סי' רס"ג סעיף ב') ווערט געברענגט‪ ,‬סיי מענער און סיי פרויען זענען מחויב‬ ‫צו מאכן זיכער אז ביי זיי אין שטוב זאל זיין אנגעצינדן לעכט שבת‪ ,‬און אפילו ער האט נישט וואס צו‬ ‫עסן זאל ער גיין קלאפן אויף די טירן‪ ,‬מיט די געלט קויפן אויל‪ ,‬און אנצינדן לעכט‪.‬‬ ‫יג) אין טור (סימן רס"ג) ווערט געברענגט‪ ,‬פרויען זענען מער געווארנט אין אנצינדן די לעכט‪ ,‬ווי עס‬ ‫ווערט געברענגט אין מדרש‪ ,‬ווייל זי האט אויסגעלאשן די לעכט פון די וועלט‪ ,‬אז זי האט גורם געווען‬ ‫אז אדם הראשון זאל שטארבן ביים חטא עץ הדעת‪.‬‬ ‫און אזוי ווערט געברענגט אין מדרש תנחומא (פרשת נח אות א') אז די פרויען זענען באפוילן געווארן‬ ‫אויף די מצוה‪ ,‬ווי מיר געפינען אז אדם הראשון איז געווען דער ערשטער מענטש וואס איז באשאפן‬ ‫געווארן אויף דער וועלט‪ ,‬איז געקומען חוה און האט פארגאסן זיין בלוט‪ ,‬ווייל ער האט איר צוגעהערט‬ ‫און ער איז געשטארבן‪ ,‬ווי השי"ת האט אים געזאגט כי עפר אתה ואל עפר תשוב‪ ,‬האט השי"ת געזאגט‬ ‫אז זי זאל צינדן לעכט‪ ,‬ווייל אדם איז דאך געווען די לעכט פון די וועלט‪ ,‬ווי עס שטייט (משלי כ' כ"ז) נר‬ ‫ה' נשמת אדם‪ ,‬און אויב חוה איז געקומען און האט עס פארלאשן‪ ,‬זאגט השי"ת אז עס זאל איר געגעבן‬ ‫ווערן די מצוה פון לעכט‪ ,‬אז עס זאל פארצייעט ווערן אויף די לעכט וואס זי האט פארלאשן‪ .‬דערפאר‬ ‫זענען פרויען באפוילן געווארן צו צינדן לעכט אין שבת‪.‬‬ ‫דער ב"ח (שם אות ב') שרייבט אויף דעם‪ ,‬אז דער פשט איז‪ ,‬אז אויב דער מאן וויל נישט לאזן זיין פרוי‬ ‫צינדן און מאכן א ברכה‪ ,‬נאר ער וויל עס אליין אנצינדן און מאכן א ברכה צוליב מצוה בו יותר מבשלוחו‬ ‫(קידושין מ"א ע"א)‪ ,‬קען דער מאן דאס נישט טון און אוועקשטופן די פרוי פון די מצוה‪ ,‬וויבאלד פרויען‬ ‫זענען מער געווארנט אויף דעם‪ ,‬זאל זי אנצינדן און זי זאל מאכן א ברכה‪ ,‬און נישט דער מאן‪.‬‬ ‫אין ספר עולת שבת (סימן רס"ג סעיף א') ווערט געברענגט‪ ,‬אפילו מיר געפינען ביי אלע מצוות מצוה בו‬ ‫יותר מבשלוחו‪ ,‬אבער ביי די לעכט פון שבת איז אנדערש‪ ,‬און עס איז יא אויף די פרוי‪.‬‬ ‫אין

Издание
מבאר רבותינו
Дата
31 октября 2026 г.
Страниц
2

Фрагмент текста

פרק א ליכט צינדען לכבוד שב"ק (ד) ט) דער חיוב צו צינדן לעכט ערב שבת איז סיי אויף מענער און סיי אויף פרויען.יב אבער די פרויען זענען מער געווארנט אין דעם ,צוליב דורך דעם זענען זיי מתקן די זינד פון חוה.יג אדער ווייל זיי געפינען זיך אין שטוב ,און זיי באשעפטיגן זיך מיט די הויז באדערפענישן.יד יב) אין שולחן ערוך (או"ח סי' רס"ג סעיף ב') ווערט געברענגט ,סיי מענער און סיי פרויען זענען מחויב צו מאכן זיכער אז ביי זיי אין שטוב זאל זיין אנגעצינדן לעכט שבת ,און אפילו ער האט נישט וואס צו עסן זאל ער גיין קלאפן אויף די טירן ,מיט די געלט קויפן אויל ,און אנצינדן לעכט. יג) אין טור (סימן רס"ג) ווערט געברענגט ,פרויען זענען מער געווארנט אין אנצינדן די לעכט ,ווי עס ווערט געברענגט אין מדרש ,ווייל זי האט אויסגעלאשן די לעכט פון די וועלט ,אז זי האט גורם געווען אז אדם הראשון זאל שטארבן ביים חטא עץ הדעת. און אזוי ווערט געברענגט אין מדרש תנחומא (פרשת נח אות א') אז די פרויען זענען באפוילן געווארן אויף די מצוה ,ווי מיר געפינען אז אדם הראשון איז געווען דער ערשטער מענטש וואס איז באשאפן געווארן אויף דער וועלט ,איז געקומען חוה און האט פארגאסן זיין בלוט ,ווייל ער האט איר צוגעהערט און ער איז געשטארבן ,ווי השי"ת האט אים געזאגט כי עפר אתה ואל עפר תשוב ,האט השי"ת געזאגט אז זי זאל צינדן לעכט ,ווייל אדם איז דאך געווען די לעכט…

Темы: shabbat_laws, relationships_shalom_bayit