Об этом документе
5715-03 י"ט כסלו תשט"ו
Выпуск: 5715-03 י"ט כסלו תשט"ו. Темы: health_mind. Поисковые термины: здоровье, психология, стресс, health, mental, בריאות, נפש. | 104ק ו ב ץ כ מ י ם ל י ם מ כ ס י ם כתי"ק מכ"ק אדמו"ר שליט"א בפרסום ראשון י " א נ י ס ן ת ש פ " ה | 105 פענוח וואס דערפאר איז איסור -בכללות -נוגע נוהג אויך בזמן הזה און טומאה – בכללות – איז נהוג נוגע נאר בזמן הבית .אזא רע וואס איז ניכר דארף מען זיך פון אים היטן אלע מאל ,אנדערש איז ניט = קענטינער רע ,וואס איז טמא נאר מצד "גזירה גזרתי" איז ער א סתירה נאר צו דער גאר הויכער מדריגות גילוי הקדושה וואס איז געווען בזמן הבית ,אבער לגבי באשרענקטער מדריגה פון קדושה בזמן הזה איז טומאה קיין סתירה ניט)32* .און נאר בלויז כהנים)33* ,צוליב זייער קדושה יתירה ,זיינען זיי אויך היינט מוזהר זיך צו היטן פון טומאה)33,.און אויך ניט פון אלע טומאות . פונדעסטוועגן ,כאטש דעם א רע פון איסור קען מען ניט אנטאפן גיכער ווי דעם רע פון טומאה ,איז אבער ,אין א געוויסן פרט ,דער רע פון טומאה הארבער ווי פון איסור 34),ווארום דאס גופא וואס דער רע פון טומאה איז ניט ניכר וועט מען אויף דעם ניט אזוי שנעל תשובה טאן (דארט וואו די תורה האט עס גע'אסר'ט) ; און אויסער נוסף אף דעם ,איז טומאה ,וויבאלד זי איז העכער פון שכל ,איז זי פוגם אין די כוחות מקיפים פון נפש וואס זיינען העכער פון טעם ודעת)35. איז בנוגע דעם זאגט מען ,אז דער רע וואס האט זיך געשאפט אין זיך בא כנסת ישראל אידן דורך חטאים ,און בפרט בכללות -דורכן חטא העגל וואס איז בדוגמא פון דעם חטא עץ הדעת ,איז עס (בשייכות צום יחוד פון כנסת ישראל מיט הקב"ה )נאר אן ענין פון איסור און ניט טומאה ,ס'איז אן ענין וואס רירט אן נאר אין כוחות פנימיים והמתלבשים ומוגבלים ,אבער אין די כוחות מקיפים ,רירטן עס ניט אן קיין חטאים ,דארט איז אלעמאל "חבוקה ודבוקה בך". ח .די ראיות וואס מען ברענגט** )26אויף דעם אז וואס נדה איז איסור און ניט טומאה זיינען: א) דער דין ביי נדה איז ,אז "ספיקא לקולא" פרעגט תוספות :)36דער דין ביי טומאה איז דאך ,אז אין א רשות היחיד זיינען דאך אפילו עטלעכע ספיקות צוזאמען אויך טמא? און פארענטפערט תוספות אז דאס וואס די גמרא זאגט "ספיקא לקולא" איז עס נאר בנוגע דעם דין פון לאוסרה על בעלה .זעט מען | 106ק ו ב ץ כ מ י ם ל י ם מ כ ס י ם י " א נ י ס ן ת ש פ " ה | 107 פענוח דאך פון דעם תוספות אז דער איסור פון נדה לבעלה איז ניט מצד טומאה. ב) די גמרא )37דרש'נט" :וספרה לה – לעצמה" ,און פון דעם לערענט מען אפ )38אז "עד אחד נאמן באיסורין" (ביי איסורים איז באגלויבט אויך איין עד).
- Издание
- Агаот Ребе
- Страниц
- 12
Темы: health_mind