Об этом документе
5715-11 (3) ש"פ ראה תשט"ו-3
Выпуск: 5715-11 (3) ש"פ ראה תשט"ו-3. Темы: chassidus_hashkafa. Поисковые термины: хасидут, хасидский взгляд, chassidus, hashkafa, חסידות, השקפה. תשורה משמחת הנישואין של חיים וחנה שיחיו מאס עלי ההגהה על כמה שיחות מעניני חודש אלול וח"י אלול, שנדפסו בקובץ ליובאוויטש גליון 13 48 ט"ו אלול ה'תשפ"ד אלול ותשרי אין לקוטי תורה איז דא א משל אויף דעם חילוק פון אלול ביז תשרי ,אז באלול איז כמשל המלך הנמצא בשדה קודם שבא לעיר ובתשרי איז כמלך הנמצא בהיכלו .בשעת דער מלך איז בהיכלו קענען ניט אלע אריינגעהן צו איהם און מען מוז האבען כמה וכמה הכנות ,אבער ווען דער מלך געהט ארויס צום פאלק אין פעלד ,איז הגם ערס איז דארטן ניט אנגיטאן אין זיינע גדי מלכות ויקר תפארת גדולתו ,אבער מצד דעם גופא איז דאך דא די מעלה ,אז יעדער איינער קאן אליין רעדען צום מלך און דער מלך נעמט צו אלעמען בסבר פנים יפות און נעמט צו בא יעדען איינעם זיין בקשה. אזוי איז אויך באלול ותשרי .אז אין תשרי איז כמלך הנמצא בהיכלו ,משא"כ באלול קומט דער אויבערשטער צו יעדען אידען ,און יעדער איד קאן איהם געבען זיין בקשה ,כמבואר בלקו"ת באריכות. מצד דעם איז אבער מובן ,אז בשעת דער מלך געפינט זיך בשדה ,דארף מען האבען א זהירות יתירה ,ווארום וויבאלד אז דער מענש שטעהט אין זיין מעמד ומצב און פונדעסטוועגען קומט דער מלך צו איהם און נעמט בא איהם צו זיין בקשה ,נאך מערער ער ווייזט איהם א סבר פנים יפות ,קען ער דאך במילא האבען א טעות ,אז עס איז גוט צו שטעהן אין דעם מצב ,וראי' לדבר ,אז שטעהענדיג אין זיין מצב קומט צו איהם דער מלך. בשעת דער מלך איז בהיכלו -דארטן קען מען קיין טעות ניט האבען ,ווארום דארטן לאזט מען איהם דאך ניט אריין ,סיידען ער איז דורכגעגאנגען אלע הכנות וואס מען דארף דערצו. און מען לאזט איהם אריין נאר אויף וויפיעל ער איז ראוי ,ווי דער לשון הגמרא אויפן פסוק בחצר גינת ביתן המלך ,הראוי לחצר לחצר ,הראוי לגנה לגינה ,הראוי לביתן לביתן .אבער בשעת דער מלך איז בשדה איז זעהר עלול לטעות ,דארף מען האבען אויף דעם א זהירות ביותר. און אזוי איז אויך בחודש אלול .דאס וואס דער אויבערשטער קומט צו יעדען איינעם ניט קוקענדיג אויף זיין מצב און ער ווייזט איהם א פנים שוחקות איז דאס טאקע א גרויסע מעלה, וואס יעדער איד קען נעמען אלקות ,אבער מצד דער מעלה גופא דארף מען האבען א זהירות ביותר ,ער זאל ניט האבען דעם טעות ,אז ער קען בלייבען במעמדו ומצבו ,וראי' לטעותו ,אז הגם ער געפינט זיך בעובדין דחול ,ל"ט מלאכות ,ווארום אלול איז דאך ניט קיין יו"ט, פונדעסטוועגען גיט מען איהם דעם גילוי פון י"ג מדות הרחמים ,און ווי
- Издание
- Агаот Ребе
- Страниц
- 4
Темы: chassidus_hashkafa