Об этом документе
5713-10 י"ב תמוז תשי"ג-3
Выпуск: 5713-10 י"ב תמוז תשי"ג-3. Темы: health_mind. Поисковые термины: здоровье, психология, стресс, health, mental, בריאות, נפש. .אזוי ,אלע מאל ,דארפמען יעדער זאך פרעגען בא ב"ד זיי זאלן פסק'נען ווי עס איז עפ"י שו"ע ,אבער בשעת עס האנדעלט זיך וועגען קנאות ,קנאת ה' צבאות ,איז דאס ע"ד ווי עס שטייט אז דער וואס פרעגט אויף ענינים פון פקוח נפשות איז ער שופך דמים. וויילע דער ענין האט אים געדארפט דערנעמען אויף אזוי פיל אז ער זאל דאס אליין אפטאן . .אזוי איז אויך ווען עס איז קנאת ה' ,און דער ענין דערנעמט אים אין פנימיות נפשו, דאן [תחלה נכתב "דארף ער ניט גיין" ,ותיקן ]:דארף גייןט ער ניט פרעגן בא ב"ד ,ווי מען דארף טאן בא אלע ענינים כדי אז וואס מען וועט טאן זאל דאס זיין זיכער עפ"י תורה ,אבער בשעת עס רעדט זיך וועגען א ענין פון פקו"נ אין גשמיות צי אין רוחניות, דאן דארף מען ניט וועלן גיין דוקא אויף א אייזערנעם בריק ,ניט טאן נאר נישט אן ב"ד [ . .איז בשעת דעם גוף ונה"ב לייגט ער אוועק אן א זייט און עס בלייבט נאר דער נה"א וואס זי איז שטענדיק באמנה אתו ית' ,וואס מצד דעם קומט בא אים די קנאות ,איז דאך א ודאי אז בשעת דער נה"ב איז ניט מבלבל ,וועט די נשמה מצד עצמה זיכער מכוון זיין צו דעם רצון העליון. דערפאר זעהען מיטר טאקע אז דורך דעם וואס פנחס האט גע'הרג'ט זמרי'ן ,איז ותעצר המגפה . .איז אין אזא צייט דארף מען ניט גיין צו ב"ד און נאכקוקן אין ספרים צי מעןר מעג מבטל זיין ת"ת זיין שעה לערנען צוליב דעם צי ניט ,און נאך אזוינע שאלות ,ווארום עס איז א שאד סכנה יעדער מינוט ,אפלייגען נאר די ערשטע זאך [תחלה נכתב "דארף מען" ,ותיקן ]:מען דארף טאן .און נאכהער קוקן אין ספרים. אין אזא צייט דארף יעדער איד אנצינדן די קנאות שבנפשו ,וואס דאס קאן מען אנצינדן דורך פנימיות התורה דוקא ,און ארויסגיין פון די אייגענע ד' אמות און גיין צו אידן און ריידן מיט זיי בדרכי נועם און מיט רגש'דיקע ווערטער -מען דארף ניט אויס'טענה'ן זיך מיט זיי מיט שכל'דיקע ויכוחים ,ווארום בשעת א שריפה איז ניטא שאד די צייט אויף דעם ,ובכלל -איז ווען עס האנדעלט זיך וועגען פקוח נפשות נעמט מען לקו"ש ח"ב ,פ' פנחס 10 11 עלי ההגהה ניט יענעם מיט שכל .,נאר מען דארף ריידן מיט רגש'דיקע -נשמה ווערטער . .און דאן איז מען זוכה אז פנחס זה אלי' ,וואס ער וועט קומען לפני יום הגדול והנורהא ,והשיב לב אבות על בנים וגו' ,די זעלבע ארבעט וואס ער האט האט דאן געטאן ,און ער וועט מבשר זיין די גאולה ע"י משיח צדקנו ב"ב. משיחת יב תמוז תשי"ג (אות כה כו) ס"ו היינט איז דאך פ' פנחס ,איינער פון די חדושי ענינים אין פ'
- Издание
- Агаот Ребе
- Страниц
- 10
Темы: health_mind