Об этом документе
א ליכטיגן תמיד — Vayikra 5786
Выпуск: א ליכטיגן תמיד — Vayikra 5786. Темы: kashrut, family_education, holidays, health_mind, parsha_commentary. Поисковые термины: кашрут, кошер, kosher, kashrut, כשרות, כשר, воспитание, дети, семья, chinuch, family, חינוך, ילדים, משפחה, пурим, песах, ханука, суккот, yom tov, פורים. האט זי קול פנים מאירות שיעורי כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א צענטראלע נומער| 845-414-0076 :א"י | 072-370-1823 :ענגלאנד: | 0330-350-3190ארגענטינע| 5411-2152-7691 :אנטווערפן323-346- : | 0673מאנטריאל438-228-2500 : צו ערהאלטן אונזערע גליונות יעדע וואך ,שיקט צו: gilyonospm@gmail.com הפצת הגליון השבועי בעיר מאנטשעסטער נתנדב לרפואת הילד ארי' בן רחל קחו חלק בהארת לבבות ישראל! "בהדי כבשי דרחמנא למה לך?" מיר ווייסן נישט .מיר ווייסן נישט פארוואס מיר זענען באשאפן געווארן ,אבער מיר ווייסן יא וואס די תורה הקדושה פאדערט פון אונז :לעבן מיט אמונה ,דאנקען דעם אייבערשטן סיי אויף חסד און סיי אויף משפט ,ליב האבן א צווייטן איד ,פארגינען און זיך פרייען מיט אים ,נישט קיין חילוק אין וועלכן מצב מיר געפינען זיך ,ווייל מיר זענען אידן .מיר זענען דעם באשעפער'ס קינדער ,און מיר גלייבן אז דאס וואס מען מוטשעט זיך אין שטוב מיט שידוכים אדער מיט האבן קינדער ,איז נישט צום שלעכטן נאר לטובה .א חלק פון די טובה איז דאס דורכגיין די שוועריגקייטן ,דאס לייענען דעם לוח און דאס זאגן "מזל טוב" פאר א צווייטן. מען דערציילט אז דער רדב"ז האט אמאל פארלוירן א קליין קינד ,ה"י. ביי די לויה האט מען געווארט א לאנגע צייט ווייל דער רדב"ז איז געווען איינגעשפארט אין זיין צימער און איז נישט ארויסגעקומען .ענדליך ווען ער איז ארויסגעקומען ,האט מען אים געפרעגט וואס ער האט דארט אזוי לאנג געטון .האט ער געזאגט :נישט לאנג צוריק האב איך געמאכט א "שהחיינו" ביי די בר ית פון דעם קינד מיט א גרויסע שמחה .עס שטייט דאך אין די משנה "חייב אדם לברך על הרעה כשם שמברך על הטובה", האב איך זיך געמוזט אריינברענגען אין א מצב אז איך זאל קענען זאגן דעם "ברוך דיין האמת" מיט די זעלבע שמחה ווי איך האב געזאגט דעם "שהחיינו" ביים ברית .אויף דעם האט ער געהארעוועט ,ביז דער באשעפער האט אים געגעבן די כוחות דאס דורכצומאכן. די גרעסטע סגולה פאר ישועות ,פאר שידוכים ,פאר זרע של קיימא, פאר פרנסה און פאר אלעס וואס א איד דארף ,איז צו פארגינען א צווייטן און זיך פרייען מיט יענעמ'ס שמחה באמת .דאס קומט פון די אמונה אז פונעם באשעפער קומט נישט ארויס קיין שלעכטס ,און ווען איך זאג "שעשה לי כל צרכי" מיינט עס אז איך האב אלעס וואס איך דארף; יענער קען
- Издание
- א ליכטיגן תמיד
- Дата
- 20 марта 2026 г.
- Страниц
- 44
Темы: kashrut, family_education, holidays, health_mind, parsha_commentary