Об этом документе
אמונה און בטחון — Pesach 5784
Выпуск: אמונה און בטחון — Pesach 5784. Темы: family_education, holidays, health_mind. Поисковые термины: воспитание, дети, семья, chinuch, family, חינוך, ילדים, משפחה, пурим, песах, ханука, суккот, yom tov, פורים, פסח, חנוכה, סוכות, здоровье, психология, стресс. דער פסוק זאגט דאך אונז גארנישט מער ווי דער בעל הגדה זאגט? ענטפערט דער חידושי הרי"ם זי"ע ,אז דער בעל הגדה האט געוואלט מרמז זיין ,אז יעדער צער און עגמת נפש וואס דער מענטש האט ,איז עס "כמה שנאמר" ווי דער אויבערשטער האט באפוילן אין הימל אז אזוי זאל פאסירן מיט'ן מענטש ,און אלעס איז מיט א מאס און א וואג .דער מענטש באקומט נישט אפילו א קליינעם צער מער ווי עס איז איהם פארשריבן געווארן פון הימל. לויט דעם קען מען זאגן א כוונה אין דעם וואס מיר זאגן ווייטער אין די הגדה "ונצעק אל ה' אלוקי אבותינו ,כמה שנאמר ,ותעל שועתם אל האלקים" ,אז אויב עס איז ח"ו נגזר געווארן אויפ'ן מענטש א צרה רח"ל ,קען ער בטל מאכן דעם גזר דין דורך מתפלל זיין צום אויבערשטען .אויף דעם זאגן מיר "ונצעק" ,אויב ער וועט שרייען שטארק צו דעם אויבערשטען ,וועט ביי איהם מקוים ווערן "כמה שנאמר ותעל שועתם אל האלקים" ,אז דער אויבערשטער וועט זאגן אז פון יעצט און ווייטער ,זאל שוין זיין נאר גוט פאר'ן מענטש. דער מהר"ל ז"ל זאגט אויפ'ן פסוק "בבית אחד יאכל ,ו עצם לא תשברו בו" ,מען דארף עסן דעם קרבן פסח אין איין הויז ,און מען טאר נישט צוברעכן א ביין פונעם קרבן פסח .וואס איז דער ענין פון עסן דעם קרבן פסח אין איין הויז ,און אז די ביינער דארפן זיין גאנץ? זאגט דער מהר"ל ,דער גאנצער ענין פון קרבן פסח איז דאך געווען איינצואווארצלען אין אונזערע הערצער אמונה אין הייליגן באשעפער ,וואס דאס איז דער תכלית פון סיפור יציאת מצרים ,צו דערמאנן די נסים וואס דער אויבערשטער האט געטוהן מיט אונז. דעריבער איז געווען דער ציווי ביים קרבן פסח ,צו עסן דעם קרבן פסח" ,בבית אחד" אין איין הויז ,כדי אונז צו לערנען ,אז עס איז נישט דא אויף דער וועלט נאר "אחד" איין באשעפער ,אחד יחיד ומיוחד ב"ה ,און דערפאר טאר מען נישט צוברעכן א ביין פון קרבן פסח אויף צוויי טיילן ,ווייל אויב מען צוברעכט דעם ביין ,ווערט דאך "צוויי" דערפון ,און דער לימוד פון קרבן פסח איז אז עס איז דא נאר איין באשעפער. עס שטייט אין תפארת שלמה ,אויף דעם וואס מיר מאכן הסיבה ביי "כורך" ,ווען מען וויקעלט אריין די מרור אין די מצה ,כאטש ביים עסן מרור לאנט מען זיך נישט אן .איז פארוואס מאכט מען ביי כורך יא הסיבה ,מען עסט דאך מרור? ענטפערט דער תפארת שלמה ,אז וויבאלד מצה ברענגט אמונה ,ווי דער זוכה הקדוש רופט עס אן "מיכלא דמהימנותא
- Издание
- אמונה און בטחון
- Дата
- 21 апреля 2024 г.
- Страниц
- 4
Темы: family_education, holidays, health_mind