Skip to main content
.

Об этом документе

5719-06b ש"פ שמיני תשי"ט

Выпуск: 5719-06b ש"פ שמיני תשי"ט. Темы: chassidus_hashkafa, holidays, health_mind, parsha_commentary. Поисковые термины: хасидут, хасидский взгляд, chassidus, hashkafa, חסידות, השקפה, пурим, песах, ханука, суккот, yom tov, פורים, פסח, חנוכה, סוכות, здоровье, психология, стресс, health, mental. ‫חוברת קעט‬ ‫עלי ההגהה‬ ‫לקוטי שיחות‬ ‫חלק א‬ ‫‪ -‬פרשת תזריע ‪-‬‬ ‫יוצא‪-‬לאור לש"פ תזריע־מצורע ה'תשפ"ה‬ ‫על ידי מערכת‬ ‫"מפתח"‬ ‫שנת חמשת אלפים שבע מאות שמונים וחמש לבריאה‬ ‫לקו"ש ח"א‪ ,‬פ' תזריע‬ ‫‪14‬‬ ‫‪15‬‬ ‫עלי ההגהה‬ ‫סי"ד‬ ‫אויפן פסוק אשה כי תזריע וילדה זכר‪ ,‬זאגט דער אור החיים (וואס אין חסידות רופט‬ ‫מען אים‪ :‬הקדוש)‪ :‬עוד ירמוז הכתוב אויף כנס"י וואס ווערט אנגערופען אשה‪ ,‬דכתיב‬ ‫כי בועליך עושיך‪ - .‬אשה כי תזריע‪ ,‬אז כנס"י אידן וועטלן מזריע זיין מצות ומעש"ט‬ ‫ע"ד זרעו לכם לצדקה‪ ,‬זאגט די תורה אז צו וילדה זכר ‪. .‬כנס"י וואס נעמט זיך פון דעם ה' איש [תחלה נכתב "איש ה'"‪ ,‬ותיקן כנ"ל]‪ ,‬הייסט‬ ‫מיטן נאמען דערפאַ ר אשה‪.‬‬ ‫יעדער נאמען פון אידן באצייכענט זייער אַ ן ענין‪ .‬דער נאמען אשה איז מורה אז כל‬ ‫מציאותם איז ‪ -‬נאר וואס מאיש לוקחה זאת‪ .‬א אידן איז ניט נוגע קיין חומריות‪ ,‬אויך‬ ‫ניט קיין גשמיות און בעצם נפשו איז עם אויך ניט קיין רוחניות‪ ,‬נוגע דער פרס ושכר‬ ‫רוחני‪ .‬אפילו די העכסטע מדריגות אין שכר רוחניות זיינען אים ניט נוגע‪ .‬אים איז נוגע‬ ‫נאר דער אויבערשטער אליין**‪ .‬און ווי גערעדט פריער אין מאמר (ד"ה החודש הזה) אז‬ ‫אפילו די העכסטע מדריגות אין ג"ע העליון זיינען ניט מער ווי הארה בלבד ובאי"ע‬ ‫ובאין ערוך לגבי עצמות‪..‬‬ ‫בשעת ס'איז פאראן בחי' "אשה"‪ ,‬דארף מען ערשט אויף טאן דעם "תזריע" ‪. .‬אזוי ווי אין מצות הצדקה‪ ,‬כללות המצות‪ ,‬איז ניט מספיק וואס ער וועט האבן‬ ‫רחמנות אויף דעם עני ארעמאַ ן‪ ,‬ער וועט פארגיסען טרערען אויף אים [תחלה נכתב‬ ‫"אויף אים טרערען"‪ ,‬ותיקן כנ"ל]‪ ,‬זיין מצב וכו' און דער דואלַאַ ר וועט בלייבען בא אים‬ ‫[התחיל לכתוב "באם אים נות[ן]"‪ ,‬ואח"כ מחק] אין קעשענע‪ .‬דאס איז ניט גענוג‪ .‬מען‬ ‫דארף טאקע ממש געבן דעם דואלאר צום עני פשוט בגשמיות ‪. .‬בשעת ער שטייט בבחי' אשה‪ ,‬דארף מען און מוז נאך בא אים פועל'ן‪ ,‬עס זאל זיין‬ ‫דער "תזריע"‪ ,‬בארץ למטה‪ .‬עס קען דאך זיין‪ ,‬אז מצד ההרגש אין דעם יוקר פון "איש"‪,‬‬ ‫וואס איז העכער פון אלע גילויים כנ"ל‪ ,‬קועןט ער שטיין אין א כלות הנפש‪ .‬ע"ד ווי נדב‬ ‫ואביהו זיינען געווען קדושים ביותר‪ ,‬ווי רש"י זאגט בריינגט אז משה האט געזאגט‪ ,‬אז‬ ‫אהרן אז זיי זיינען געווען גדולים פון משה ואהרן ממני וממך‪( ,‬קען מען דאך ניט זאגען‬ ‫אז ס'איז געווען א חטא כפשוטו‪ ,‬נאר דער פשט איז אז זיי זי

Издание
Агаот Ребе
Страниц
8

Темы: chassidus_hashkafa, holidays, health_mind, parsha_commentary