Skip to main content
.

Об этом документе

Purim 5733 — yiddish

Выпуск: Purim 5733 — yiddish. Темы: shabbat_laws, kashrut, family_education, chassidus_hashkafa, holidays, health_mind. Поисковые термины: шаббат, законы шаббата, melacha, hilchot shabbat, שבת, הלכות שבת, מלאכה, кашрут, кошер, kosher, kashrut, כשרות, כשר, воспитание, дети, семья, chinuch, family, חינוך, ילדים. ‫הנחה פּרטית בלתי מוגה‬ ‫בס"ד‪ .‬משיחת פורים ה'תשל"ג‪.‬‬ ‫ס'איז געווען אין תרפ"ז‪ ,‬אויך פאַר פורים‪ ,‬וואָס דעמאָלט איז דער רבי דער שווער‪ ,‬נשיא‬ ‫ד‪.‬‬ ‫דורינו‪ ,‬איז געפאָרן אין מאָסקווע‪,‬‬ ‫וואָס אין מאָסקווע איז דעמאָלט געווען – און נאָך אויך איצטער – דער שטאַרקסטער אָרט‬ ‫בהנוגע צו דער ממשלה וואָס אין יענער מדינה‪ ,‬און דערפאַר אויך – דער שטאַרקסטער און דער‬ ‫שטרענגסטער אָרט וואָס ס'איז דעמאָלט געווען בהנוגע ניט צולאָזן קיין אידישקייט‪ ,‬ובפרט – ניט‬ ‫צולאָזן קיין אידישקייט אין צוזאַמענהאַנג מיט קינדער‪.‬‬ ‫און אַזוי ווי מ'האָט געוואוסט‪ ,‬אַז ער וועט קומען אין מאָסקווע – )האָט( ]איז[ דאָס גלייך‬ ‫פאַרשפּרייט געוואָרן צווישן אידן‪ ,‬און דערפון איז אויך פאַרשטאַנדיק‪ ,‬אַז ס'איז דערגאַנגען אויך אין‬ ‫די "הויכע פענסטער"‪.‬‬ ‫]איצטער קען מען שוין דערציילן דערפון – וויבאַלד אַז ס'איז שוין דורכגעגאַנגען אַזויפיל יאָר‪,‬‬ ‫און דער עיקר – אַז דער רבי דער נשיא האָט דאָס אַליין מפרסם געווען און אָפּגעדרוקט ברבים‪ .‬אָט‬ ‫דאָס וואָס מ'חזר'ט דאָס דאָ איבער איצטער – דערפאַר וואָס דאָס איז נוגע און דאָס קומט אין המשך‬ ‫צו דערויף וואָס ס'האָט זיך גערעדט פאַר דעם[‪.‬‬ ‫און ער האָט אָנגעזאָגט‪ ,‬אַז אַזוי ווי ער וועט דאָרטן זיין פורים קטן – וועט ער זאָגן אַ מאמר‬ ‫חסידות אין דער שול‪ ,‬אָט דאָרט וואָס ס'איז איצטער די איינציק‪-‬געבליבענע שול אין מאָסקווע‪.‬‬ ‫איז גלייך אָנגעקומען אַ שליח פון די "הויכע פענסטער"‪ ,‬אויך פון צווישן די אידן וואָס ער איז‬ ‫אויך געווען אַ גוטער פריינט‪ ,‬און האָט אים אָנגעזאָגט‪ :‬ער זאָל וויסן זיין‪ ,‬אַז כאָטש אפילו ער‬ ‫פאַרשטייט דאָס אַליין – אָבער ס'איז דאָ אַ ידיעה ברורה‪ ,‬אַ קלאָרע ידיעה‪ ,‬אַז ס'וועלן זיין מרגלים –‬ ‫שפּיאָנען – וואָס וועלן זיין בשעת ער וועט זאָגן דעם מאמר‪ ,‬און מ'וועט דאָס גלייך איבערגעבן וואוהין‬ ‫מ'דאַרף איבערגעבן וועגן דעם אינהאַלט פון דעם מאמר‪ ,‬במילא‪ ,‬זאָל ער זיך אויסרעכענען און וויסן‬ ‫וואָס פאַראַ תוצאות – וואָס פאַראַ פאָלגן – ס'קען זיין אויב ער וועט רעדן אין אַ געוואונטשענעם אופן‪,‬‬ ‫אָדער אויב ער וועט רעדן אין אַ ניט קיין געוואונטשענעם אופן‪.‬‬ ‫בשעת דער רבי דער נשיא איז געקומען אין שול‪ ,‬און געווען אַ געפּאַקטע שול מיט אַלע פרטים‪,‬‬ ‫און האָט געזאָגט אַ מאמר חסידות‪ ,‬וואָס דער מאמר איז געווען געבויט אויפן פסוק "מפי עוללים‬ ‫ויונקים יסדת עוז ‪ . .‬להשבית אויב ומתנקם"‪ ,‬אַז פון די תורה וואָס ס'וועט אַרויס

Издание
Farbrengen With The Rebbe - Kovtzim
Страниц
24

Темы: shabbat_laws, kashrut, family_education, chassidus_hashkafa, holidays, health_mind