Об этом документе
5722-09 (3) ש"פ שלח תשכ"ב-1
Выпуск: 5722-09 (3) ש"פ שלח תשכ"ב-1. Темы: shabbat_laws, chassidus_hashkafa, holidays. Поисковые термины: шаббат, законы шаббата, melacha, hilchot shabbat, שבת, הלכות שבת, מלאכה, хасидут, хасидский взгляд, chassidus, hashkafa, חסידות, השקפה, пурим, песах, ханука, суккот, yom tov, פורים, פסח. חוברת רכג עלי ההגהה לקוטי שיחות חלק ד -פרשת שלח - יוצא-לאור ליום הבהיר כ"ח סיון ,ש"פ שלח, מבה"ח תמוז ה'תשפ"ו בפעם הראשונה על ידי מערכת "מפתח" שנת חמשת אלפים שבע מאות שמונים ושש לבריאה 7 לקוטי שיחות ח"ד ,פ' שלח – הגהה ראשונה ווי דער ארון מיט די ענני הכבוד [תחילה נכתב ס"א "פלעגן אויס'הרג'ענען" ,ותיקן ]:פלעגן " . .האט ער דאך צום אלעם ערשטן געדארפט אויפווייזן אז די אידן האבן ניט וואס צו שרעקן זיך פאר דעם עז העם (שטארקן פאלק) וואס זיצט אין כנען ,דורך די נסים פון מצרים און מדבר. ס"ב מען קען עס ניט פארענטפערן דערמיט ,אז דער נצחון איבער פרעה איז ניט קיין באווייז אז דאס זעלבע וועט זיין ביי די איין און דרייסיק מלכים פון כנען ,ווייל זיי זיינען געווען חזקים וגבורים -ווארום אין שירת הים שטייט האבן דאך אלע אידן געזונגן "נמגו כל יושבי כנען" ,אז דער נצחון פון די אידן אין מלחמת מצרים האט אנגעווארפן א גוואלדיקן שרעק אויך אויף אלע יושבי כנען .,און דער שרעק איז דאך געווען אזוי גרויס ,אז ביז אז אפילו מיט פערציק יאר שפעטער ,ווען עס [תחילה נכתב "זיינען געקומען די מרגלים וואס יהושע האט געשיקט" ,ותיקן ]:די מרגלים וואס יהושע האט געשיקט זיינען געקומען קיין יריחו ,האבן זיי געהערט ווי דאס וואס "הוביש ה' את מי ים סוף" ,די נסים פון קריעת ים סוף ,האבן געמאכטן צעגיין פון שרעק די הערצער פון די יושבי כנען . . ס"ג עס שטייט אין חסידות ,אז דער טעם פארוואס די מרגלים האבן ניט געוואלט אריינגיין קיין ארץ ישראל און געוואלט פארבלייבן אין מדבר ,איז ווייל זיי האבן זיך ניט געוואלט אראפלאזן און דארפן זיך פארנעמען מיט גשמיות. זייענדיק אין מדבר ,זיינען די אידן געווען אינגאנצן אפגעשלאסן פון וועלט .און אויך זייער גשמיות'דיקע אכילה ושתי' איז געווען העכער פון ארציות (ערדישקייט) :דער מן איז געווען לחם מן השמים ,און מים -מבארה של מרים ,און אפילו זייערע בגדים - וואס לבושים זיינען דאך אפגעטיילט [תחילה נכתב "און אויסערלעכע זאכן" ,ותיקן]: און זאכן אויסערלעכע פון דעם מענטשן ,זיי ווערן ניט פאראיינציקט מיט עם צו ווערן דם ובשר כבשרו ,ווי אכילה ושתי' -זיינען אויך מיטגעוואקסן מיט די אידישע גופים . .וואס בכדי צו באקומען דעם לחם מן הארץ דארף מען זיך פארנעמען מיט וועלט-
- Издание
- Агаот Ребе
- Страниц
- 43
Темы: shabbat_laws, chassidus_hashkafa, holidays