Об этом документе
5727-11 ש"פ עקב כ"ף מנ"א תשכ"ז-3
Выпуск: 5727-11 ש"פ עקב כ"ף מנ"א תשכ"ז-3. Темы: shabbat_laws, chassidus_hashkafa, health_mind, parsha_commentary. Поисковые термины: шаббат, законы шаббата, melacha, hilchot shabbat, שבת, הלכות שבת, מלאכה, хасидут, хасидский взгляд, chassidus, hashkafa, חסידות, השקפה, здоровье, психология, стресс, health, mental, בריאות, נפש. י"ז מנחם אב ,ה'תשפ"א 2 תשורה משמחת הנישואין של החתן הרה״ת לוי יצחק הכהן והכלה מרת חי' מושקא שיחיו זרחי ב"ה ,תשכ"ז מיר ברענגען אייך איצטער א קיצור פון א תוכן פון אייניגע שיחות פון דעם רבין דער ליובאוויטשער רבי שליט"א ,פון פויריגען שבת פרשת עקב ,כ' מנחם אב. וואס דער טאג כ' מנחם אב איז דער יום ההילולא-יארצייט – פון דעם פאטער פון דעם רבין זאל געזונד זיין ,הרב ר' לוי יצחק שניאורסאן ז"ל ,וועלכער איז געווען אגרוסיער גאון סיי אין נגלה דתורה און סיי אין קבלה און נסתר דתורה. צוליב זיין מסירת נפשדיגע ארבעט אויף הרבצת וחיזוק התורה והיהדות ,האט ער געליטען שטארקע עינויים ויסורים רח"ל ,ביז אז מהאט איהם פארשיקט דערפאר אין א דארף ווייט אין סיביר אינגאנצען אבגערוסען פון מענשען ,און נאך דורכמאכען פולע יסורים און פיין איז ער נפטר געווארען כ' מנחם אב תש"ד ,מיט דריי און צוואנציג יאהר צוריק. דער רבי שליט"א האט דערציילט אז צווישען די געציילטע ספרים וואס זיין הייליגער פאטער האט געהאט מיט זיך איז אויך געווען דער תניא און ניט האבענדיג קיין פאפיר אויף וואס צו שרייבען ,האט ער פארצייכענט הגהות אויף דעם תניא ,מיט טינט וואס די רביצין ע"ה דעם רביןןס שליטא מוטער האט אליין אויסגעארבעט ווי מקען אליין מאכען טינט אין אזא פארווארפענעם דארף. דער רבי שליט"א האט זיך אבגעשטלעט אויף איין הגה פון זיין פעטער ז"ל וואס ער האט צוגעשריבען אין תניא אין פרק ל"ז ,וואס דער אלטער רבי דער בעל התניא והשולחן ערוך שרייבט דארט ,תכלית השלימות הזה של ימות המשיח ותחיית המתים וכו' תלוי במעשינו ועבודתינו כל זמן משך הגלות ,איז אויף דעם כפל הלשון במעשינו ועבודתינו ,איז צוגעשריבען אז דאס איז פארשטאנדיק לויט אגרת הקודש סימן י"ב ,וואס דארט איז דער אלטער רבי מבאר דעם ענין ,וואס ביי צדקה איז דא – לויט'ן פסוק מעשה הצדקה אן עבודת הצדקה ,ווי ער זאגט אין פסוק (ישעי' לב, יז) והי" מעשה הצדקה שלום ועבודת הצדקה השקט ובטח עד עולם צדקה וואס קומט דורך עבודה (הארעווען מיט זיך כו') איז העכער ווי מעשה הצדקה סתם. אין זעהר א אריכותדיגע טיפע וואונדערבארע ערקלערונג האט דער רבי שליט"א מבאר געווען דעם ענין און דעם ביאור אין דעם( ,אין א אופן פון א מאמר חסידות) נאר צוליב מאגנעל אין צייט האבען מיר דאס נאר דערמאננט אין
- Издание
- Агаот Ребе
- Страниц
- 10
Темы: shabbat_laws, chassidus_hashkafa, health_mind, parsha_commentary