Об этом документе
ליל ו׳ דחג הסוכות, י״ט תשרי
- Дата
- 1 октября 2026 г.
Фрагмент текста
ב"ה שיחת ליל ו ' דחג הסוכות ה'תשמ"ז ~ בלתי מוגה שיחת ליל ו' דחג הסוכות, י"ט תשרי ה'תשמ"ז 2 בלתי מוגה שיחת ליל ו' דחג הסוכות, י"ט תשרי ה'תשמ"ז 3 בלתי מוגה שיחת ליל ו' דחג הסוכות, י"ט תשרי ה'תשמ"ז. בלתי מוגה ס'איז דאך דער שמחת בית השואבה – כמדובר אין די פריערדיקע נעכט, און אויך אין די פריערדיקע יארן, איז דאך ענינה "ושאבתם מים בששון", כמובן, ובפרט נאך לויט די מפרשים זיינען מאריך בזה, אז דאס איז א חידוש, אז אע"פ וואס דאס רעדט זיך וועגן "מים", און "ששון" על דרך ה רגיל איז פארבונדן מיט יין, "אין אומרים שירה אלא על היין", "משמח אלקים ואנשים", און דא זאגט מען, אז " ושאבתם מים ," און אין וואס פאר אן אופן איז דאס? איז דאס דוקא "בששון " . און שמחת בית השואבה איז דאך מדגיש דעם ענין, דער עיק ר – גאר דעם ענין פון דעם "ששון", ובפרט נאך ע "פ המדובר לעיל, אַז מ'מאַכט זיך דאָך אויכעט א ַ זכר לזמן שהי' בית המקדש קיים, איז אין וואָס מאַכט מען דעם זכר? ניט אין דעם פרט וואָס דאָס איז "מים", נאָר אין דעם פרט וואָס דאָס איז "ששון", וואָס דאָס איז שמחה. וואס אין דערויף באַשטייט זיך דער ענין פון ּפראַווען שמחת בית השואבה . וואָס דא ָ איז דאָך דער דיוק א י ן דעם חידוש הדבר, איז דאך ניט אין דערויף וואס ס'איז דא מים, נאר אין חידוש הדבר איז דאך אין דערויף וואס דערביי איז ניטא קיין יין, אדער אן אנדער ענין המשמח…