Об этом документе
א ליכטיגן תמיד — Vayakhel/Pekudei 5783
Выпуск: א ליכטיגן תמיד — Vayakhel/Pekudei 5783. Темы: shabbat_laws, kashrut, family_education, holidays, health_mind, parsha_commentary. Поисковые термины: шаббат, законы шаббата, melacha, hilchot shabbat, שבת, הלכות שבת, מלאכה, кашрут, кошер, kosher, kashrut, כשרות, כשר, воспитание, дети, семья, chinuch, family, חינוך, ילדים. איך געב דיר אזעלכע גוטע זאכן ,קום לערנען!" .און ווען ער ווערט עלטער, זאל ער אים קויפן שיינע ק ליידער ,שיינע שיך .און ווען ער ווערט נאך עלטער ,זאל ער אים געבן געלט ,ער זאל אים קויפן שיינע ציצית און תפילין ,אלס זאל ער אים קויפן גוטע זאכן ,כדי אים איבערצורעדן ער זאל וועלן לערנען תורה .אזוי ברענגט דער מנורת המאור. ער ברענגט פונעם ילקוט המלואות פון רבי יצחק אגואיטי ,שרייבט ער אזוי :מען לערנט נישט תורה פאר תלמידים וואס האבן נישט קיין חשק צו לערנען און זיי האבן ליב צו שפילן א גאנצן טאג ,און מען לייגט זיי נישט אין איין כתה מיט די וואס זיי האבן יא חשק צו לערנען א גאנצן טאג ,און די זעלבע זאך קען מען נישט צוזא משטעלן אין איין כתה תלמידים וואס זיי קענען שנעל אנקומען ,מיט תלמידים וואס זיי האלטן אויף צייט ,מען דארף דאס אפטיילן .אזוי שרייבט ער דארט. יעצט ,אויף למעשה האבן מיר היינט אן אנדערע אופן פון חינוך ,מחמת אסאך סיבות ,אבער מען דארף געדענקן ,אז די ראשונים האבן געשריבן ,אז מען זאל זיי נישט צוזאמשטעלן ,ווייל עס איז נישט מעגליך אז עס זאל גיין צוזאמען .אבער היינט צוטאגס ,וואס מען שטעלט זיי יא צוזאם ,דארף מען דאך האבן מורא'דיגע סייעתא דשמיא און אסאך הבנה און יישוב הדעת ,וויאזוי נישט צו באשטראפן דעם שוואכן ,ווייל ער לע רנט אין איין כתה מיט תלמידים מיט גוטע קעפ ,און נישט צו באשטראפן דעם גוטן קאפ ,ווען ער ווערט נתפעל פון א שוואכן קאפ ,וואס די מציאות איז ,אזוי איז די דרך הטבע .מען דארף א געוואלד יישוב הדעת און אסאך כוח ארייליייגן ,וויאזוי קען איך נישט ברוגז ווערן אויף די גוטע קעפ וואס ווערן נאכגעשלעפט פון שוואכערע קעפ ,די מתמידים וואס ווערן נאכגעשלעפט פון די נישט מתמידים .וויאזוי קען איך נישט אויפגערעגט ווערן אויף די שוואכע קעפ ,און אויף די וואס האבן נישט קיין חשק ,זיי זיצן מיר אין כתה ,און איך האב אזויפיל וואס האבן יא חשק. די ראשונים שרייבן ,מען זאל זיי נישט צוזאמשטעלן ,און היינט שטעלט מען זיי יא צוזאם ,און עס איז זיכער אז דאס איז אויסגעארבעט מיט מחנכים יראי שמים, מיט עלטערע אידן ,וואס זיי האבן מחליט געווען אז מען דארף אזוי צוזאמשטעלן די כיתות ,איך האב אויף דעם נישט קיין טענות .אבער אונז דארף מיר אסאך קאפ
- Издание
- א ליכטיגן תמיד
- Дата
- 14 марта 2023 г.
- Страниц
- 22
Темы: shabbat_laws, kashrut, family_education, holidays, health_mind, parsha_commentary