Об этом документе
ה'תשל"ג — ט' | ש"פ בראשית כ"ט תשרי תשל"ג
Выпуск: ה'תשל"ג — ט' | ש"פ בראשית כ"ט תשרי תשל"ג. Темы: shabbat_laws, family_education, chassidus_hashkafa, holidays, health_mind, parsha_commentary. Поисковые термины: шаббат, законы шаббата, melacha, hilchot shabbat, שבת, הלכות שבת, מלאכה, воспитание, дети, семья, chinuch, family, חינוך, ילדים, משפחה, хасидут, хасидский взгляд, chassidus, hashkafa, חסידות. ~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~ ~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~ ~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~ שיחת ש"פ בראשית מבה"ח וער"ח מרחשון ה'תשל"ג -כקביעות שנה זו - ● הנחה בלתי מוגה ~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~ ב"ה ,שיחת ש"פ בראשית ,מבה"ח וער"ח מר-חשון ,ה'תשל"ג הנחת הת' בלתי מוגה (כ"ק אדמו"ר שליט"א קידש על היין). א .שבת בראשית קומט אויס אלעמאל נאך שמחת תורה ,ד.ה .אז שמח"ת איז פון די טעג וואס דאס איז זייער שבת, דאס איז אזוי בכל שנה ושנה ,דערנאך זיינען פאראן ענינים וואס זיינען תלוי בקביעות השנים ,וואס ס'איז דא אמאל וואס שבת בראשית האט זיבן טעג, ע"ד ווי אין קביעות שנה זו וואס שמח"ת פאלט אויס ביום הראשון ,זיינען דאך אלע ששה ימים שלפני השבת פארבונדן מיט שבת בראשית ,ווארום פ' בראשית הייבט מען אן לייענען בשמח"ת ,הגם אז בשמח"ת לייענט מען אויך וזאת הברכה ,אבער דאס איז פארבונדן בלויז מיט עטליכע שעה בתחילת היום, דערנאך הייבט מען גלייך אן לייענען בראשית ,און דאס ווערט אנגערופן דער ערשטער טאג פון פ' בראשית ,הייסט עס אז אין אזא קביעות ,וואס שמח"ת איז חל ביום ראשון בשבוע ,כקביעות שנה זו ,זיינען די אלע טעג פון וואך פארבונדן -מיט די סדרה וועלכע מ'לייענט בשבת שלאחריהם -פ' בראשית, ד.ה .אז שבת בראשית האט זיבן טעג. משא"כ אין אן אנדער קביעות ,ווען שמח"ת פאלט אויס אין אן אנדער טאג -ניט ביום ראשון לשבוע נאר אין אן אנדער טאג פון וואך ,איז אט דעמאלט האט ניט שבת בראשית זיבן טעג ,ווארום די ערשטע טעג פון וואך, ביז שמח"ת זיינען פארבונדן מיט פ' וזאת הברכה ,און דער ענין פון פ' בראשית הייבט זיך ערשט אן לאחרי זה ,פון דעם טאג שבו הייבט מען אן לייענען פ' בראשית ,אבער די פריערדיקע טעג פון וואך זיינען ניט פארבונדען דערמיט, זיינען דאך ניטא קיין זיבן טעג אין שבת בראשית. דערפון איז פארשטאנדיק אז דער קביעות פון שנה זו גיט צו א שלימות אין שבת בראשית :דער ענין פון שבת איז אז עס טאר ניט זיין דער ענין פון מלאכה ,ס'איז אסור בעשיית מלאכה ,ביז ווי מ'זאגט אז בשבת דארף זיין שיחת ש"פ בראשית ,מבה"ח וער"ח מר-חשון ,ה'תשל"ג "כאילו (כל) מלאכתך עשוי'" (מכילתא יתרו פרשה ז' .הובא בפירש"י עה"ת
- Издание
- А-Квиут
- Страниц
- 64
Темы: shabbat_laws, family_education, chassidus_hashkafa, holidays, health_mind, parsha_commentary