Об этом документе
לעבן מיט דער צייט — Va'etchanan 5784
Выпуск: לעבן מיט דער צייט — Va'etchanan 5784. Темы: family_education, parsha_commentary. Поисковые термины: воспитание, дети, семья, chinuch, family, חינוך, ילדים, משפחה, недельная глава, парша, parsha, פרשה, פרשת השבוע. "Leben Mit Der Tzeit" Pirkei Avos-04 Page 1 of 1 ב"ה לעבן מיט דער צייט געדאנקען אויף דער פרשה פון דער וואך פאר קינדער און יוגנט לויט די שיחות פון ליובאוויטשער רבי'ן פרקי אבות פרקי אבות פרק ד פרק ראשון לקראת הקייץ פרק שני עניני משיח פרק שלישי פרק רביעי פרק חמישי פרק שישי פרק רביעי אין פערטן פרק פון אבות זאגט די משנה :שלשה כתרים הן ,כתר תורה וכתר כהונה וכתר מלכות ,וכתר שם טוב עולה על גביהן .פרעגן אויף דעם ,די מפרשים :פארוואס רעכנט ער ניט "כתר שם טוב" מיט די אנדערע כתרים ,און ער זאגט ניט "ארבעה" כתרים הן? אויך דארף מען פארשטיין: וואס איז אזוי גרויס די מעלה פון א גוטען נאמען ,ביז עס איז גרעסער פון כתר תורה ,כתר כהונה און כתר מלכות? ווען ער איז "על גביהן" ,ווען עס קומט נאך די פריערדיגע דריי כתרים" .שם טוב" אליין איז גארניט אזא מעלה ,ווי געזאגט פריער אז דאס איז א אויסערליכער זאך .נאר ווען ער איז "עולה על גביהן" פון די אמת'ע מעלות איז עס א גרויסע מעלה. דעריבער רעכנט מען ניט "כתר שם טוב" פאר א פערטע מעלה ,ווייל פאר זיך אליין איז עס ניט קיין גרויסע מעלה .בשעת אבער עס זיינען דא די דריי כתרים פון תורה ,כהונה און מלכות ,און נאך זיי " -על גביהן" -קומט דער "כתר שם טוב" ,דאן איז ער "עולה" ,ער איז נאך העכער פון די דריי כתרים אליין. )לקו"ש ח"ד ע' (1214 "Back to "Leben Mit Der Tzeit http://www.torah4blind.org/children/ot-pa04.htm 5/1/2011 "Leben Mit Der Tzeit" Likras HaKayitz Page 1 of 1 ב"ה לעבן מיט דער צייט געדאנקען אויף דער פרשה פון דער וואך פאר קינדער און יוגנט לויט די שיחות פון ליובאוויטשער רבי'ן לקראת הקייץ )א גאנץ יאר לערנען תלמידים אין ישיבה ,אבער זומער צייט פארט מען אין קאנטרי און קעמפס ,און מען האט דארטן די געלעגענהייט צו משפיע זיין אויף דער סביבה .דאס זעלבע איז מיט די וועלכע בלייבן אין דעי קעמפ ,טרעפן זיי זיך מיט אנדערע קינדער(. יעדער איד אין וועלכן ארט ער זאל זיך ניט געפינען -וואס וואו נאר א איד קומט ,איז דאך מה' מצעדי גבר כוננו -איז ער א שליח פון אויבערשטן צו מאכן פון דעם ארט ארץ ישראל ]א "אידישע" שטיקל ערד און א אידישע סביבה[ .ובפרט אז ער זעט ווי כמה וכמה פון זיינע חברים האבן מצליח געווען אין דער דאזיקער שליחות. קומט אבער דער יצר הרע און טענה'ט מיט עם אז בי
- Издание
- לעבן מיט דער צייט
- Дата
- 16 августа 2024 г.
- Страниц
- 4
Темы: family_education, parsha_commentary