Об этом документе
5751-01 (3) ז' תשרי תנש"א-1
Выпуск: 5751-01 (3) ז' תשרי תנש"א-1. Темы: shabbat_laws, kashrut, health_mind, parsha_commentary. Поисковые термины: шаббат, законы шаббата, melacha, hilchot shabbat, שבת, הלכות שבת, מלאכה, кашрут, кошер, kosher, kashrut, כשרות, כשר, здоровье, психология, стресс, health, mental, בריאות, נפש. בס"ד .שיחת יום ד' פ' ברכה ,ז' תשרי ה'תשנ"א להמשתתפים בקרן לטובת "מחנה ישראל" שיחיו א .פותחין בברכה. ווען מענטשן בכלל טרעפן זיך דארף מען אנהויבן אין א גוטן אופן – דורך בענטשן און ווינטשן איינער דעם צווייטן מיט אלע גוטע זאכן. זיכער אזוי ווען אידן טרעפן זיך צוזאמען ,וואס זיי האבן דאך די תורה ,תורה אשר מלשון הוראה ,תורה און תורת חיים – די תורה ווייזט אן א ליכטיקע אנווייזונג ווי מ'דארף זיך אויפפירן אין אלע הינזיכטן פרטים פון טאג טעגלעכן לעבן ,איינגעשלאסן אויך די הוראה הנ"ל – אז פותחין בברכה, און במיוחד – מיט א ברכה פון שלום ("שלום עליכם") ,מיט אלע פירושים אין דעם ווארט "שלום" ,אנהויבנדיק פון דעם פירוש הפשוט :שלום בין איש לרעהו – א גוטןע באציאונג פון איין מענטשן מיט דעם צווייטן, און שלום אויך פון לשון שלימות ,פולקאמענהייט" ,פערפעקשען" (אויף אין אנגליש) ,וואס דאס איז דער תפקיד און טבע פון פון יעדער מענטש – צו האלטן שטענדיק 1אין "פערפעקטן" זיין לעבן און אלע זיינע טעטיקייטן ,דורך זיין א "מהלך", ניט בלייבן שטיין אין דעם זעלבן צושטאנד ,נאר גיין און שטייגן "מחיל אל חיל", זוכן וועגן ווי צו אויסנוצן זיינע כחות און כשרונות און מעגלעכקייטן אויף'ן בעסטן, "פערפעקסטן" אופן. ווי דאס איז ספעציעל אונטערשטראכן בא ביזנעסלייט ,וועלכע האבן מצליח געווען, מיט דעם אויבערשטן'ס ברכה ,אויף אין זיין ערפאלגרייכע ביזנעסלייט ,וואס דאס באווייזט אז זיי האבן אויסגענוצט און נוצן אויס זייערע כחות און מעגלעכקייטן צו דערגרייכן "פערפעקשן" ,און אין אין אופן פון מוסיף והולך ,אין אנטוויקלען זייערע געשפטן און ביזנעסעס ,ביז אין א "פערפעקטן" אופן. * ב .יעדער זאך איז בהשגחה פרטית .אזוי איז אויך בנוגע צו דעם איצטיקן צוזאמענקלייבן זיך ,קומט עס אויס בהשגחה פרטית אין יום רביעי פון פ' וזאת הברכה ,וועלכע האט א ספעציעלע שייכות און א ליכטיקע אנווייזונג צו אט דעם צוזאמענקומען זיך, .1תחילה כתבו המניחים" :צו שטענדיק האלטן" ,וכ"ק אדמו"ר תיקן זאת כבפנים. תשרי ה'תשפ"ב 6 [ווי באוואוסט אז א איד דארף "לעבן מיט דער צייט" מיט דער פרשת השבוע און שיעור חומש פון דער צייט ,לעבן און ארויסנעמען אנווייזונגען פון דעם חלק בתורה אין זיין לעבן ,ווארום התורה היא נצחית ,א הוראה נצחית אויף אלע דורו
- Издание
- Агаот Ребе
- Страниц
- 10
Темы: shabbat_laws, kashrut, health_mind, parsha_commentary