Об этом документе
אמונה און בטחון — Yisro 5783
Выпуск: אמונה און בטחון — Yisro 5783. Темы: health_mind. Поисковые термины: здоровье, психология, стресс, health, mental, בריאות, נפש. ענטפערן די חז"ל "רואין את הנשמע" ,אז עס האט פאסירט א נס און זיי האבן געזעהן די קולות וואס האבן געהאט א ממשות. זאגט דער בני יששכר אז דער אויבערשטער האט געמאכט אזא גרויסן נס ,כדי אונז צו לערנען דעם יסוד פון אמונה ,אז אמונה ווערט נישט געבויט אינעם מענטשן דורך עס "זעהן" און פארשן ,נאר דורך אמונה פשוטה וואס מיר האבן מקבל געווען און "געהערט" פון אונזערע עלטערן ,און זיי פון זייערע עלטערן, ביז'ן דור פון די "מקבלי התורה" אויפ'ן בארג סיני. זאגט דער בני יששכר ,אז דער "חוש השמיעה" צו הערן ,איז דער עיקר פון תורה ,ווי דער פסוק זאגט "שמעו ותחי נפשכם" ,און טאקע צוליב דעם האט מען געזעהן די קולות ,צו אונז לערנען אז דער יסוד פון אמונה איז צו "הערן" די קולות ,און דער "חוש הראיה" ווערט בטל צום חוש השמיעה. די גמרא זאגט ,אז רבי יוחנן האט גע'דרש'ענט אז דער אויבערשטער איז אנגעגרייט צו ברענגען טייערע שטיינער און דיאמאנטן ,וואס וועלן זיין גרויס 30איילן אויף 30איילן ,און ער וועט זיי אוועקשטעלן ביי די טויערן פון ירושלים וכו' ,איז דארט געווען איין תלמוד וואס האט געלאכט פון די ווערטער פון רבי יוחנן ,און געפרעגט ,אויב קען מען נישט געפינען א דיימאנט שטיין וואס איז גרויס ווי אן איי פון די עוף וואס ווערט גערופן צילצלא ,איז דאך אוודאי געוויס אז מען קען נישט טרעפן א דימאנט שטיין וואס איז גרויס 30איילן אויף 30איילן. דערציילט די גמרא ,אז שפעטער איז יענער תלמיד געפארן מיט א שיף אויפ'ן ים ,און ער האט געזעהן ווי די מלאכים מאכן טייערע גרויסע שטיינער און דיאמאנטן .האט ער זיי געפרעגט פאר וועמען זיי גרייטן דאס אן .און זיי האבן איהם געענטפערט ,אז לעתיד לבוא ,וועט דער אויבערשטער אוועקשטעלן די טייערע שטיינער ביי די טויערן פון ירושלים. ווען דער תלמיד איז צוריקגעקומען און געטראפן רבי יוחנן ווי ער דרש'נט דברי תורה ,האט ער געזאגט ,רבי פאר דיר פאסט צו דרש'ענען דברי תורה, ווייל איך האב געזעהן אזוי ווי דו האסט געזאגט .האט רבי יוחנן איהם געזאגט "ריקה" ליידיגייער" ,אם לא ראית ,לא האמנת" ,אויב דו וואלסט עס נישט אליין געזעהן ,וואלסטו נישט געגלייבט מיינע ווערטער .דו לאכסט אפ פון די ווערטער פון די היילגע חז"ל .האט איהם רבי יוחנן אנגעקוקט מיט א שארפן בליק ,און יענער תלמיד איז אויפ'ן פלאץ אוועק פון דער וועלט רח"ל. לויט דעם ,טייטשט דער בני יששכר ,אז רבי יוחנן האט נישט באשטראפט דעם תלמיד תיכף דעמלאטס ווען ער האט געלאכט פון זיינע רייד ,נאר שפעטער, ווען ע
- Издание
- אמונה און בטחון
- Дата
- 10 февраля 2023 г.
- Страниц
- 2
Темы: health_mind