Об этом документе
5711-02 (1) ש"פ לך תשי"א-2
Выпуск: 5711-02 (1) ש"פ לך תשי"א-2. Темы: wigs_headcovering, shabbat_laws, chassidus_hashkafa. Поисковые термины: парик, парики, косынка, покрытие головы, wig, wigs, head covering, sheitel, tichel, פאה, פאות, כיסוי ראש, מטפחת, шаббат, законы шаббата, melacha, hilchot shabbat, שבת, הלכות שבת, מלאכה. .חדשים ,און א זמן וואס רבה תוספאה זאגט פון יב חדשים .הגם אז תוספות (נדה לח ,א) זאגט אז לפועל קאן ניט זיין קיין יב חדשים לא קיי"ל כרבה תוספאה ,אבער אנו אין לנו אלא וואס עס ווערט אפגעפסקנט אין שו"ע רמ"א (אהע"ז סי' ד) סי"ד .עיי"ש בפתחי תשובה .ע"ח שכ"ח פ"ב) .אז עס קאן זיין דער זמן העבור יב חדשים. וואס דער עבור איז לענגער ,פועל'ט דאס אלץ מער ברור און זכוך אין דעם גוף ,וויל דער כללות ענין העבור איז ווי ס'איז מבואר אין תניא (פ"ב) אז אין דער טיפה איז דער גאנצער גוף דער ראש מיט די צפרנים צוזאמען ,אויף דעם איז דער ענין העבור אויף מברר זיין און פאנאנדער טיילען ,אז אלץ וואס געהערט צום ראש זאל זיין אין ראש ,אלץ וואס געהערט צום גוף זאל זיין אין גוף ,און אלץ וואס געהערט צום רגל זאל זיין אין רגל. יז .פון דעם איז מובן אז אלץ וואס דער עבור איז לענגער ,אלץ מער איז דער ברור ,דער פאר איז דאך גופו של משה וואס ער איז געווען בעבור ז' חדשים איז טעון קבורה ,און גופו של אלי' וואס ער איז געווען בעבור יב חדשים אינו טעון קבורה ,ווייל ער איז אזוי פיל מזוכך אז ער האט געקאנט עולה זיין מיט דעם גוף בסערה השמימה( .ד"ה וה"ס עשן תש"ח פ"ו – קונטרס נח .מעלת עבור דמשה – באוה"ת להצ"צ על שמות ע' נט). יז טו .דערפאר איז הגם אז אין זמני העבור איז פראנען דריי זמנים ,פונדעסטוועגען איז דער זמן פון ט' חדשים איז דער דרך המיצוע ,דער דרך הבינונים ,וואס אויף דעם דרך הבינונים זאגט דער אלטער רבי (תניא פי"ד) אז זי איז מדת כל אדם ואחרי' כל אדם ימשוך. רשעים די בא וועמען איז נוגע בעיקר זיכוך הגוף דארפ'ן האבן יב חדשים ביז עס זאל זיין זיכוך גופם, צדיקים די וואס עיקר עבודתם בנשמתם איז זיי מספיק ז' חדשים ,ווייל בא זיי איז א נשמה גבוהה ביותר ,וועט און דער אור הנשמה וועט שוין באלייכטען דעם גוף ,.אבער דער דרך הבינונים – וואס מ'דארף עבודה בגוף און עבודה בנשמה – איז תשעה חדשים ,וואס דער דרך הבנונים איז שייך צו אלעמען. אויך איז פראנען אין גמ' אז חסידים וואלטען טאן געוויסע ענינים צו ט' חדשים ווייל בא זיי וואלט עפ"י רוב זיין די לידה צו ט' חדשים ,און דאס זיינען אלע מודה ,אפילו מתנגדים משכילים און די אלע וואס קריגען אויף חסידים ,אז חסידים הייסען מיט דעם נאמען חסידים. דער רבי האט אמאל געזאגט אז לכאורה האט געדארפט
- Издание
- Агаот Ребе
- Страниц
- 5
Темы: wigs_headcovering, shabbat_laws, chassidus_hashkafa