Об этом документе
אמונה און בטחון — Vayigash 5783
Выпуск: אמונה און בטחון — Vayigash 5783. Темы: health_mind. Поисковые термины: здоровье, психология, стресс, health, mental, בריאות, נפש. אז דו זעהסט אויס אזוי איינגעבויגן .וועגן דעם איז יעקב געשטראפט געווארן אויף אויף די פראגע פון פרעה ווי אלט ער איז ,וויבאלד גייענדיג איינגעבויגן און אויסזעהענדיג פארווייטאגט ,אנשטאט צו דאנקען דעם אויבערשטען פאר אלע נסים און וואונדער וואס ער האט געטוהן מיט דיר ,ווען ער האט דיך געראטעוועט פון אלע צרות וואס ווערן אויסגערעכנט אין מדרש ,האט יעקב גורם געווען אז פרעה זאל איהם פרעגן "כמה ימי שני חייך" .כאשט מיר האבן נישט די מינדעסטע השגה אין די גרויסקייט פון יעקב אבינו ע"ה דארפן מיר אבער לערנען א לימוד וואס איז נוגע פאר אונז. פון דער צווייטער זייט ,זאגט דער חתם סופר זצ"ל פארקערט ,אז יעקב אבינו ע"ה איז געווען אויסגעצייכנט אין די מדה פון סבלנות ,און טראץ אלע צרות און יסורים וואס ער האט געליטן ,איז ער געווען פריש און געזונט "לא כהתה עינו ולא נס ליחו" .ברענגט דער חתם סופר ווייטער ,אז דער מענטש וואס עס גייט איהם גוט אין לעבן ,זעהן איהם אויס אלע זיינע יארן ווי ווייניג טעג ,ווי דער פסוק זאגט "ויעבוד יעקב ברחל שבע שנים ,ויהיו בעיניו כימים אחדים" ,אבער דער מענטש וואס לעבט אדורך שווערע צייטן ,זעהן אויס זיינע טעג ווי גאר לאנגע יארן. לויט דעם ,האט זיך פרעה געוואונדערט אז אז זקן מופלג ווי יעקב ,זעהט אויס "כצאת השמש בגבורתו" ,ווי די זון ווען זי גייט ארויס און שיינט אויף מיט א שטארקייט. וועגן דעם האט פרעה געפרעגט יעקב ווי אלט ער איז ,און אויף דעם האט יעקב געענטפערט 130 ,יאר ,און כאטש זיי זענען געווען שלעכט זענען זיי ווייניג אין מיינע אויגן ,ווייל איך פריי זיך מיט מיין הארעוואניע. לערנען מיר פון ד עם אלעם ,אז דער מענטש איז מחויב אנצונעמען אלעס מיט ליבשאפט און מיט סבלנות און גלייבן אין הייליגן באשעפער ,המנהג עולמו בחסד ובריותיו ברחמים" אויב דער מענטש געוואוינט זיך איין מיט די מדה פון סבלנות ,איבערצוטראגן אלעס מיט אמונה און שמחה ,וועט איהם שטענדיג זיין גוט אויף דער וועלט. א יונגערמאן האט געקויפט א דירה אין א געוויסן ארט .א טאג שפעטער ,האט זיך ארויסגעשטעלט ,אז עס איז דא צום פארקויפן א דירה אין אסאך א נענטערן פלאץ ,און נאך דערצו ,פאר א פיל ביליגערן פרייז ווי ער האט באצאלט דערפאר .זעלבסט פארשטענדליך ,אז ער האט געהאט דערפון גרויס צער און עגמת נפש. זיינס א פריינט האט דערציילט פאר הרב מרדכי שוואב זצ"ל ,און ער האט זיך באגעגנט מיט דעם יונגערמאן ,און איהם מחזק געווען מיט חיזוק ,אז אלעס איז באשערט פון הימל צווישן אנדערן ,האט רבי מרדכי
- Издание
- אמונה און בטחון
- Дата
- 29 декабря 2022 г.
- Страниц
- 2
Темы: health_mind