Об этом документе
לעבן מיט דער צייט — Mishpatim 5785
Выпуск: לעבן מיט דער צייט — Mishpatim 5785. Темы: chassidus_hashkafa, parsha_commentary. Поисковые термины: хасидут, хасидский взгляд, chassidus, hashkafa, חסידות, השקפה, недельная глава, парша, parsha, פרשה, פרשת השבוע. "Leben Mit Der Tzeit" Parshat Mishpatim Page 1 of 3 ב"ה לעבן מיט דער צייט געדאנקען אויף דער פרשה פון דער וואך פאר קינדער און יוגנט לויט די שיחות פון ליובאוויטשער רבי'ן פרשת משפטים משפטים )א( אין דער פרשה שטייט "על כל דבר פשע על שור על חמור על שה" .דער פסוק רעדט זיך וועגן א שומר וועלכער דארף היטן א פקדון ,א שור א חמור אאז"וו .און דער שומר האט פושע געווען און ניט געהיט ווי מען דארף. חסידות דערקלערט אז יעדער איד דארף היטן דעם פקדון וועלכער דער אויבערשטער האט עם געגעבן -די נשמה .דער פקדון דארף ער צוריקגעבן בשלימות אן א פגם ח"ו .א איד קען זיין א פושע און ניט היטן זיין נשמה .ווי קען דאס טרעפן? ביי א אידן דארף זיין דער שלחן ערוך דער פוסק ,און ניט דער שכן לעבן עם .א איד דארף טאן וואס די תורה הייסט עם ,און ניט וואס געפעלט זיין שכן. אויף אידן אפילו אין שווערסטן גלות ,גלות מצרים ,שטייט "שהיו מצויינים שם ,שלא שינו את שמם לשונם ולבושם" )אידן האבן זיך ניט געשעמט ,נאר זיינען געבליבן אויסגעטיילט און אנדערש פון אלע שכנים מיט זייערע אידישע נעמען ,אידישע שפראך און אידישע קליידער(. א אידיש קינד טאר ניט זיין קיין "שה פזורה" .ווען ער גייט אין גאס דארף ער זיך ניט שעמען מיט זיין אידישקייט און עם אויסבאהאלטן .נאך פון דער ווייטען דארף זיין קענטיג אז עס גייט א אידיש קינד. )לקו"ש ח"א ע' (155 http://www.torah4blind.org/children/ot-26.htm 1/27/2011 "Leben Mit Der Tzeit" Parshat Mishpatim Page 2 of 3 משפטים )ב( אין היינטיגער סדרה זאגט ער אם כסף תלוה )אויב דו וועסט אנטלייען געלט( .זאגן רז"ל אז כאטש עס שטייט "אם" )אויב( ,מיינט דאס ניט קיין רשות ,נאר דאס איז א מצוה און חובה. אויפ'ן פסוק "מגיד דבריו ליעקב חוקיו ומשפטיו לישראל" )דער אויבערשטער דערציילט זיינע געזעצן און משפטים צו אידן( זאגן רז"ל :דאס וואס דער אויבערשטער הייסט אידן טאן ,טוט ער אליין אויך .וואס דאס מיינט חקיו ומשפטיו ,זיינע חוקים און זיינע משפטים, וואס ער אליין איז זיי מקיים. פון דעם איז פארשטאנדיק ,אז אויך דער אויבערשטער איז מקיים "אם כסף תלוה את עמי". דער ענין פון הלואה איז :מען גיט יענעם געלט ,כאטש יענעם קומט עס ניט; יענער האט דערפאר גארניט געגעבן פאר דעם .עס איז אבער ניט קיין מתנה ,נאר יענער ווערט מחוייב אפצוגעבן שפעטער. אזוי אויך דער א
- Издание
- לעבן מיט דער צייט
- Дата
- 20 февраля 2025 г.
- Страниц
- 3
Темы: chassidus_hashkafa, parsha_commentary