Skip to main content
.

Об этом документе

א ליכטיגן תמיד — Balak 5785

Выпуск: א ליכטיגן תמיד — Balak 5785. Темы: shabbat_laws, family_education, health_mind. Поисковые термины: шаббат, законы шаббата, melacha, hilchot shabbat, שבת, הלכות שבת, מלאכה, воспитание, дети, семья, chinuch, family, חינוך, ילדים, משפחה, здоровье, психология, стресс, health, mental. אלא מאי‪ ,‬דער הייליגער באשעפער האט באשאפן די וועלט מיט די צורה‬ ‫פון בחירה‪ ,‬ווען דו נעמסט אוועק די יסורים און דו האסט נישט מקבל געווען‬ ‫באהבה די יסורים‪ ,‬און דו האסט גארנישט געטוישט אין דיין לעבן לכבוד די‬ ‫יסורים ‪ -‬דער הייליגער באשעפער זאל אפהיטן‪ ,‬אדער וועט קומען אנדערע‬ ‫יסורים‪ ,‬אדער חלילה וחלילה עס וועט אויסקומען מען וועט מוזן געבן א דין‬ ‫וחשובן אויף יענע וועלט‪.‬‬ ‫מען מעג אוועקנעמען יסורים‪ ,‬דער הייליגער באשעפער איז דער וואס מאכט‬ ‫מען זאל אוועקנעמען די יסורים‪ ,‬אבער אין די זעלבע צייט נתעורר ווערן‪ ,‬כאפן‬ ‫די מעלדונג‪ ,‬פארשטיין די מעלדונג‪ ,‬און טון וואס מען דארף צו טון‪ .‬זיך קלאפן‬ ‫סלח לנו‪ ,‬מאכן קבלת טובות אויפן עתיד‪ ,‬און לעבן אין אמונה‪ ,‬און ווייזן‬ ‫געטריישאפט פארן הייליגן באשעפער‪.‬‬ ‫ווען א מענטש ווערט בעצבות ובמרה שחורה‪ ,‬איז עס סאך ערגער ווי ער נעמט‬ ‫מעדעצינען אוועקצונעמען די יסורים‪ .‬ווייל ווען א מעטש ווערט בעצבות ובמרה‬ ‫שחורה‪ ,‬איז א סימן אז ער גלייבט נישט אינעם אויבערשטן‪ ,‬איז עס א חסרון‬ ‫אין אמונה‪ .‬ווידעראום ווען א מענטש נעמט איין זאכן כדי נישט צו שפירן די‬ ‫יסורים‪ ,‬איז נישט פשט אז ער איז חלילה וחס בועט אינעם אויבערשטן‪ ,‬ער‬ ‫ווידערשפעניגט אינעם אויבערשטן – ניין‪ ,‬ער ווייזט ער האט יסורים‪ ,‬און ער איז‬ ‫עס מקבל באהבה‪ ,‬ער טוט וואס ער דארף צו טון‪ ,‬און יעצט איז ער מקיים דאס‬ ‫וואס איז אויך א רצון השם‪ ,‬אז מען זאל נעמען זאכן אוועקצונעמען די יסורים‪.‬‬ ‫ז‬ ‫און יעדער מענטש האט זיך א בחירה וויפיל יסורים ער וויל ליידן‪ ,‬וויפיל ער‬ ‫וויל אוועקנעמען‪ ,‬וויפיל ער וויל נישט אוועקנעמען‪ .‬דער הייליגער באשעפער‬ ‫האט דאס געלאזט פאר אונז‪ ,‬און פארשטייט זיך‪ ,‬אז ווי מער יסורים‪ ,‬מער כפרת‬ ‫עוונות‪ ,‬ווי ווייניגער יסורים‪ ,‬ווייניגער כפרת עוונות‪ .‬אבער טאמער א מענטש‬ ‫נעמט די אלע זאכן כדי ער זאל קענען לערנען און דאווענען און ער ווייזט פארן‬ ‫הייליגן באשעפער געטריישאפט‪ ,‬ווייל ער וויל מקיים זיין מצוות‪ ,‬דאס אליין איז‬ ‫די רצון השם‪.‬‬ ‫די יסוד איז‪ ,‬אז מיר לעבן מיטן אויבערשטן‪ ,‬און אונז פארשטיי מיר וואס‬ ‫דער אויבערשטער איז אונז מרמז‪ ,‬וואס דער אויבערשטער מעלדט אונז‪ ,‬און מיר‬ ‫קומען אפיר דערמיט‪ ,‬דאס זענען די יסודות‪.‬‬ ‫א מענטש זאל האבן יסורים און עס סתם אוועקשטופן‪ ,‬און וועלן פטור ווערן‬ ‫דערפון‪ ,‬און נישט וועלן מאכן קי

Издание
א ליכטיגן תמיד
Дата
10 июля 2025 г.
Страниц
8

Темы: shabbat_laws, family_education, health_mind