Об этом документе
א ליכטיגן תמיד — א לעכטיגן תמיד! — Matos-Massei 5783
Выпуск: א ליכטיגן תמיד — א לעכטיגן תמיד! — Matos-Massei 5783. Темы: shabbat_laws, family_education, chassidus_hashkafa, holidays, relationships_shalom_bayit, health_mind, parsha_commentary. Поисковые термины: шаббат, законы шаббата, melacha, hilchot shabbat, שבת, הלכות שבת, מלאכה, воспитание, дети, семья, chinuch, family, חינוך, ילדים, משפחה, хасидут, хасидский взгляд, chassidus, hashkafa, חסידות. האט ער געענטפערט :ווייל אמאליגע צייטן ווען מען איז אויפגעשטאנען חצות ,האט זיך דער הארץ צעגאסן ,מען האט זיך דערמאנט פון די ביטערע גלות ,פון די צער השכינה ,פון די צער פון כלל ישראל, און מען האט אזוי געבענקט ,און די הארץ איז געווען באמת צוזאמגעבראכן און צאמגעקלאפט אויף די גאולה .אבער היינט בעווה"ר ,פון די גרויסע טירדות הגלות, פון די גרויסע עול הגלות ,די הארץ איז פארשטאפט ,מען שפירט נישט קיין אמת'ע צער ,און אפילו ווען מען זאגט שוין תיקון חצות ,איז עס פארשלאפן ,מהשפה ולחוץ ,אזא דרויסענדיגע זאגן ,איינער וואס האט נישט די ריכטיגע הרגש און א ט חשק און עכט די ריכטיגע וועג וויאזוי צו זאגן תיקון חצות ,אזעלכע מענטשן דארפן נישט זאגן תיקון חצות. דאס איז דער מקור פארוואס ביי חסידים זאגט מען נישט תיקון חצות .ווייל ביי אונז איז געווען אנגענומען ,אז מען דארף זאגן ,נישט סתם ווי מען זאגט ווערטער ,עס דארף זיין בפנימיות הלב ,און מען דארף זיך אריינטון דערין .אוודאי יעדער איד וואס האט די הרגישים און ער קען זיך צוברענגען צו די הרגישים ,זאל ער טאקע זאגן תיקון חצות ,אבער ווער עס קען נישט ,זאל ענדערש לערנען און דאווענען ,זאגן תהלים ,און זיין אויסגערוהט ,כדי מען זאל קענען דינען דעם אייבערשטן לויט די כוחות און לויט די מוחות ,וואס אונז האב מיר. די אדמור"י חב"ד פלעגן זאגן :היינטיגע צייטן ,אז מען קען נישט זיך ברענגען צו נאנטקייט צום אייבערשטן דורך תיקון חצות ,קען מען זיך ברענגען אין די נאנטקייט צום אייבערשטן ,דורך לערנען ספרי חסידות ,וואס וועקן אויף און ווארעמען אן די הארץ .ווייל די פעולה טוט די זעלבע ,די עיקר פון תיקון חצות איז, אויפוועקן די הארץ ,די זעלבע זאך ,אז די הארץ ווערט נישט אויפגעוועקט פון זאגן תיקון חצות ,זאל עס כאטש אויפגעוועקט ווערן פון לערנען חסידישע ספרים, מוסר ספרי ם ,וואס וועקן אויף די הארץ ,און ברענגען צו התקרבות להקב"ה .דער הייליגער באשעפער זאל העלפן אונז זאל מיר שוין זוכה זיין צו די יום שכולו טוב. מען קען הערן די תשובות אויפן ליניע אויף קנעפל.511 : פאר תשובות בעניני שלום בית ,אויף קנעפל220 : נייע שיעורים פון די לעצטע תקופ
- Издание
- א ליכטיגן תמיד
- Дата
- 14 июля 2023 г.
- Страниц
- 22
Темы: shabbat_laws, family_education, chassidus_hashkafa, holidays, relationships_shalom_bayit, health_mind, parsha_commentary