Skip to main content
.

Об этом документе

5711-06b ז' אד"ש תשי"א

Выпуск: 5711-06b ז' אד"ש תשי"א. Темы: не определены автоматически. ‫תשורה משמחת הנישואין של שמואל יוסף שמחה וחי' מושקא בעגון‬ ‫שיחת ז' אדר שני ה'תשי"א‬ ‫‪68‬‬ ‫י"ד סיון ה'תשפ"ב‬ ‫בס"ד‪ ,‬ר"ד מה שדיבר כ"ק אדמו"ר שליט"א על הב"מ אצל בנו של רמ"מ טעניבוים‪ ,‬ז' אדר שני‬ ‫ה'תשי"א‪.‬‬ ‫א‪ .‬איך האב אמאל גיפרעגט דעם רבי'ן וועגין גיוויסע מנהגים‪ ,‬פארוואס מ'האט זיי ניט פאר[צייכענט]‬ ‫האט מיר דער רבי גיענטפערט‪ :‬מ'איז ניט גילעגין אין דעם‪ .‬האב איך גיפרעגט‪ :‬עס איז דאך פראנען א‬ ‫סאך זאכין וואס ס'איז נוגע לפועל‪ ,‬דארף מען דאך וויסין ווי צו טאן? האט מיר דער רבי גיענטפערט‪:‬‬ ‫אז עס איז טאקע א שאד‪ .‬איז פון יעמולט אן ווען איך האב נאר גיזהען עפעס א מנהג באי(ן)[ם] רבי'ן‪,‬‬ ‫האב איך פארצייכענט פארשריבין און – השייך גם לרבים – האב איך פארשטאנען פון רבי אז עס איז‬ ‫כדי לפרסם גיווען בלרבים‪.‬‬ ‫עס איז גיווען אינגאנצין איין מאל וואס מיר איז‪ 1‬אויסגיקומען צו זיין מיטין רבי'ן צוזאמען אויף א‬ ‫ברית וואס דער רבי איז גיווען סנדק‪ .‬דאס איז גיווען אין ווארשא בא קפלן'ען‪ ??? ,‬שמוטקין'ס איידים‪,‬‬ ‫און האב איך פון יעמולט איז פאראן כמה מנהגים‪ .‬פארצייכענט כמה הנהגות‪.‬‬ ‫דער רבי האט יעמאלט גיהייסין מיט נעמען זיין טלית אויפ'ן ברית‪ ,‬און ער האט אנגיטאן דארטין‬ ‫דעם טלית אן א ברכה‪ .‬אזוי איז דאך פראנען פארשידענע לשונות אין אלטען רבינ'ס שו"ע וועגין דעם‬ ‫שיעור ביז ווען עס הייסט א הפסק‪ ,‬אין איין ארט שטייט עד שיסיח דעותו‪ ,‬אין נאך א ארט שטייט ב'‬ ‫שעות און אין נאך א ארט שטייט כל היום אבער יעמאלט ביין רבי'ן איז גיווען שיין נאך אלע שיעורים‬ ‫עס איז גיווען א דריי פיער שעה נאכין דאוונען און פונדעסטוועגין האט ער ניט גימאכט קיין ברכה‪.‬‬ ‫ער האט גיקענט אנטאן א טלית שאולה‪ ,‬וואס יעמואלט דארף מאן גיוויס קיין ברכה ניט מאכען‪,‬‬ ‫נאר פונדעסטוועגען האט ער ספעציעל גיהייסען מיט נעמען זיין אייגענעם טלית אויף להורות אז מ'דארף‬ ‫נ יט מאכען קיין ברכה‪( .‬אזוי אויך האט גיטאן כ"ק אדמו"ר שליט"א‪ ,‬אז ער האט גיהייסען ניט מאכען‬ ‫קיין ברכה) * [הסימון "*" פירושו ציון התחלת פיסקא חדשה] אויפין ברית האב איך יעמאלט באמערקט‬ ‫אז צו סנדק איז דער רבי גיווען זייער בלייך‪ ,‬זייער ווייס‪ ,‬און ביין מל'ן‪ ,‬האט ער פארווארפען די קאף‪,‬‬ ‫ער האט ניט גיקענט זעהן קיין דם‪ .‬א מאדענע זאך‪ ,‬דער איז דאך גיווען א שוחט‪ ,‬און דא האט ער‬ ‫פארווארפען [‪]...‬‬ ‫_________‬ ‫‪ )1‬תחלה הי' כתוב "איז מיר"‪ ,‬ושינה הסדר כפנים‪.‬‬ ‫‪69‬‬

Издание
Агаот Ребе
Страниц
2