Skip to main content
.

Об этом документе

5713-05 כ"ג שבט תשי"ג

Выпуск: 5713-05 כ"ג שבט תשי"ג. Темы: shabbat_laws. Поисковые термины: шаббат, законы шаббата, melacha, hilchot shabbat, שבת, הלכות שבת, מלאכה. ‫תשורה שבת אחדות‬ ‫‪18‬‬ ‫יחידות אור ליום ב' כ"ד שבט תשי"ג‬ ‫– עם הגהות בכתי"ק –‬ ‫‪19‬‬ ‫תות"ל „ע"ד כליובאוויטש"‬ ‫תשורה שבת אחדות‬ ‫‪20‬‬ ‫וויפיעל צדקה גיסטו יעדן טאג )עניתי וויא אמאל ‪ (4¢ 5¢‬דוא ביסט דאך‬ ‫אין את"ה )עניתי יע( נו ממילא זאלסטו זעהן צו געבן יעדן טאג נישט‬ ‫ווייניגער וויא ‪ ,2¢‬עס זאל זיין ב"נ‪.‬‬ ‫דוא קענסט עפעס אויף אויסנווייניג‪ ,‬תניא )עניתי כ'האב אמאל געקענט‬ ‫דעם ‪'1‬טן פרק( נו‪ ,‬אין משניות‪ ,‬איזהו מקומן )עניתי ניין( גארניט‪ ,‬נו‪,‬‬ ‫ממילא זאלסטו )זעהן( זיך אויסחזר'ן לכה"פ ‪ 2‬פרקים תניא און עטלעכע‬ ‫פרקים אין משניות‪ ,‬זאל זיין מקואות‪ ,‬און דארטן גופא איז דאך דא‬ ‫קליינע פרקים‪ ,‬זאלסטו זיך אויסחזר'ן פון די קליינע‪ ,‬און דוא זאלסט איין‬ ‫פרק תניא און איין פרק משניות זייא חזר'ן יעדן טאג‬ ‫)שאלתי‪ :‬ווען( במשך פון דעם טאג‪ ,‬אבער נישט אין מיט'ן סדר‪ ,‬גייענדיג‬ ‫אין גאס‪ ,‬פון דיא ישיבה‪ ,‬צו דיא ישיבה‪ ,‬פון דאווענען‪ ,‬צום דאווענען‪ ,‬אבער‬ ‫ניט אין מיטן סדר‪,‬‬ ‫‪21‬‬ ‫תות"ל „ע"ד כליובאוויטש"‬ ‫תהלים זאגסט דאך יעדן טאג )עניתי‪ :‬יע(‪,‬‬ ‫זאלסט אויך נישט עסן קיין וועטשערע ‪ 1‬שטונדע פאר'ן שלאפן‪ ,‬טרינקן‬ ‫מעגסטו‪ .‬אבער עסן דארף מען ניט‬ ‫טבילת עזרא היטסטו אפ )שאלתי וואס( דוא גייסט אין מקוה )עניתי‬ ‫וויא אמאל( פרייטאג שבת )עניתי בדרך כלל גייא איך‪ ,‬און אסאך מאל אין‬ ‫מיט'ן וואך אויך(‬ ‫)אח"כ אמרתי שנופלים לי כמה מחשבות( בשעת עס וועט דיר‬ ‫אריינפאלן אט ]די[א מחשבות אדער אנדערע נישט גוטע מחשבות‪ ,‬זאלסטו‬ ‫איבערטראכטן אט ]די[א פרקים‪ ,‬אויב ס'וועט נישט העלפן במחשבה זאל‬ ‫עס זיין בדיבור‪ ,‬און אויב ]ד[אס וועט אויך ניט העלפן‪ ,‬זאלסטו חזר'ן פון‬ ‫אינעווייניג וועט עס זיכער העלפן‪] ,‬א[ון השי"ת זאל דיר העלפן דוא זאלסט‬ ‫פטור ווערן פון דיא אלע נישט גוטע ]ז[אכן און פון דיא נישט גוטע מחשבות‪,‬‬ ‫און ממילא וועסטו אויך איינשפארען ]‪ [. .‬נו‪ ,‬ממילא זאלסטו רש"י'ס תפלין גיבן איבערקוקן‬ ‫אין דיא נעקסטע טעג‪.‬‬ ‫דוא שלאפסט אין דיא ישיבה )עניתי ניין( וואו )עניתי‪ :‬כ'האב געדונגן א‬ ‫צימער( מיט וועמן שלאפסטו )עניתי אליין( בייא וועמן פרומע מענשן‬ ‫)עניתי יא( מיט א בארד‪ ,‬אן א בארד )עניתי אן א בארד( אבער פרומע‬ ‫מענשן‪ ,‬שומרי שבת און נאך אזעלכע זאכן )עניתי‪ :‬יע(‬ ‫דוא האסט שוין איבערגעקוקט דיא מזוזה )עניתי ניין( האסט געטראפן‬ ‫אנגעגרייט‪ ,‬וויא איז בייא דיר א גרויסע מזוזה אדער א קליינע )עניתי‪:‬‬ ‫כ'ווייס נישט( נו‪ ,‬זאלסטו איבערקוקן דיא מזוזה וואס פריער‪ ,‬היינו איז‬ ‫שוין שפעט‪ ,‬זייא שלאפן שוין‪ ,‬זא

Издание
Агаот Ребе
Страниц
5

Темы: shabbat_laws