Skip to main content
.

Об этом документе

א ליכטיגן תמיד — Tetzaveh 5785

Выпуск: א ליכטיגן תמיד — Tetzaveh 5785. Темы: chassidus_hashkafa, health_mind. Поисковые термины: хасидут, хасидский взгляд, chassidus, hashkafa, חסידות, השקפה, здоровье, психология, стресс, health, mental, בריאות, נפש. די איינציגסטע זאך‬ ‫וואס זיך באשולדיגן טוט‪ ,‬איז‪ ,‬צעברעכן‪ ,‬צעקלאפן‪ ,‬זיך דערווייטערן‪ ,‬דאס איז שוין די‬ ‫גרעסטע ראיה אז דאס איז א יצר הרע‪ ,‬און דאס איז קעגן די תורה‪ .‬ווייל אפילו אינמיטן‬ ‫די תוכחה פון פרשת כי תבוא‪ ,‬שטייט די ווערטער‪ ,‬תחת אשר לא עבדת את ה' אלקיך‬ ‫בשמחה‪ ,‬עס איז נישט דא קיין מציאות שבעולם‪ ,‬אז א מענטש זאל זיך וויי טון‪ ,‬אז א‬ ‫מענטש זאל זיך צעקלאפן‪ ,‬א מענטש זאל טון פעולות‪ ,‬אדער דיבורים‪ ,‬אדער אפילו‬ ‫מחשבות‪ ,‬וואס זאל צעברעכן א מענטש‪ ,‬צעקלאפן א מענטש‪ ,‬מאכן א מענטש‬ ‫דערנידריגט און דערווייטערט ח"ו פון דביקות הבורא‪ ,‬פון תורה ומצוות און מעשים‬ ‫טובים‪.‬‬ ‫מיר דארפן געדענקן‪ ,‬מיר זענען אן עם חכם ונבון‪ ,‬מיר לעבן אין פארשטענדעניש‪ .‬יעדע‬ ‫ווערט וואס מיר זאגן‪ ,‬יעדע דיבור‪ ,‬יעדע מעשה‪ ,‬יעדע מחשבה‪ ,‬יעדע פעולה‪ ,‬דארפן מיר‬ ‫פראדעצירן‪ ,‬עס דארף זיין פרה ורבה‪ ,‬עס דארף עפעס מוסיף זיין אין אונזער לעבן‪ ,‬עס‬ ‫דארף מוסיף זיין תורה עבודה יראת שמים‪ ,‬נאנטקייט צו דער אויבערשטער‪ ,‬שמחה‪,‬‬ ‫שלום‪ ,‬עס דארף ברענגען אמונה ובטחון‪ ,‬עס דארף ברענגן אזויפיל גוטע זאכן‪ .‬טאמער‬ ‫נישט‪ ,‬איז עס שוין א סימן אז מיר טוען נישט ריכטיג‪.‬‬ ‫תשובה טון – יא‪ .‬אויך נישט א גאנצן טאג תשובה טון‪ ,‬און נישט א גאנצן טאג זיך‬ ‫קלאפן די קאפ אין וואנט‪ ,‬און זיך אויספייניגן‪ ,‬און זיך מצער זיין‪ ,‬און לכבוד דעם‬ ‫דערלייגן אז מען קען נישט געהעריג דינען דעם אויבערשטן‪ ,‬דאס איז אויך נישט‬ ‫אויסגעהאלטן‪ .‬אבער זיך אויפצועסן און זיך באשולדיגן און האבן טענות אויף זיך‪ ,‬און‬ ‫זיך צעברעכן‪ ,‬דאס שטאמט פון גיאות‪ ,‬דאס שטאמט פון חשכות‪ ,‬דאס שטאמט פון‬ ‫נעגעטיוו‪ ,‬דאס שטאמט פון די יצר הרע‪ ,‬דאס האט נישט אין זיך קיין קדושה‪.‬‬ ‫אונזער עבודת הקודש איז‪ :‬זיך אויפצובויען‪ ,‬ווייטער צו גיין‪ ,‬קוקן אויף פאראויס‪.‬‬ ‫נישט באגראבן די עתיד מיטן טראכטן פונעם עבר‪ ,‬נאר אויפבויען די עתיד‪ ,‬און דורכדעם‬ ‫אויפבויען די עבר‪ .‬הצלחה וברכה און סייעתא דשמיא‪.‬‬ ‫מען קען הערן תשובות בכל תחומי החיים אויפן ליניע אויף קנעפל‪.511 :‬‬ ‫צו ערהאלטן אונזערע גליונות יעדע וואך‪ ,‬שיקט צו‪:‬‬ ‫‪gilynospm@gmail.com‬‬ ‫קול פנים מאירות‪ :‬שיעורי כ"ק מרן אדמו"ר מפנים מאירות סיקסא שליט"א‬ ‫צענטראלע נומער‪ | 845-414-0076 :‬א"י‪ | 072-370-1823 :‬ענגלאנד‪| 0330-350-3190 :‬‬ ‫ארגענטינע‪ | 5411-2152-7691 :‬אנטווערפן‪ | 323-346-0673:‬מאנטריאל‪438-228-2500:‬‬ ‫ח‬ ‫טע

Издание
א ליכטיגן תמיד
Дата
6 марта 2025 г.
Страниц
8

Темы: chassidus_hashkafa, health_mind