Об этом документе
איש חסד היה — sukkos ish chesed haya - yiddish yiddish 5787
Выпуск: איש חסד היה — sukkos ish chesed haya - yiddish yiddish 5787. Темы: family_education. Поисковые термины: воспитание, дети, семья, chinuch, family, חינוך, ילדים, משפחה. איש חסד היה א זאמלונג פון געוואלדיגע מעשי חסד פונעם בארימטן נגיד מוהר"ר שמואל יהודה דסקל ז"ל ───────◇─────── פאר הערות ,תגובות און צוצולייגן עובדות און מעשיות: אימעילy.b.daskal@gmail.com : פרק ו אונטערן שלייער פון א הלוואה פון וואו וועלן זיי האבן צוריקצוגעבן אין דאלאר?! דער רמב״ם שרייבט )מתנות עניים פ״ז הלכה ל״ט( :״עני שאינו רוצה ליקח צדקה ,מערימין עליו ונותנין לו לשם הלוואה״. דער דאזיגער דערהויבענער וועג פון חסד איז געווען איינע פון די שיינע נקודות אין ר׳ שמואל׳ס דרך. דער געדאנק פון אויפשטעלן א גמ״ח האט אים זייער דערפרייט .אזוי וועט ער קענען טון חסד מיט נצרכים אויף א וועג וואס וועט פארהוילן דעם אמת׳ן ציל פון דער נתינה .אנשטאט צו געבן געלט גלייך אלס צדקה ,קען מען עס געבן אלס הלוואה .אויב זיי וועלן האבן פון וואו צוריקצוגעבן ,וועלן זיי צוריקגעבן ,און אויב נישט ,וועלן זיי נישט צוריקגעבן. אינעם גמ״ח וואס האט זיך געפירט ביי אים אין שטוב ,האט ער געבארגט גרויסע סכומים אפילו פאר מענטשן וואס ער האט בכלל נישט געקענט .ער האט קיינמאל נישט פארלאנגט קיין ערבים אדער משכון .זיין שארפע טביעת עין איז אים געווען גענוג צו דערקענען צי דער מבקש איז איינער וואס וויל אים אויסנוצן ,אדער אן אמת׳ער נצרך .אויב האט ער געזען אז פאר אים שטייט אן אמת׳ער נצרך ,האט ער זיך פארלאזט אויף אים און נישט געדארפט קיין ערבים .ווייל דער אמת׳ער ציל איז דאך געווען ,צו געבן! אין יענע יארן איז דער דאלאר געווען אסאך שטארקער ווי דער שקל ,וואס זיין ווערט איז כסדר געפאלן .דער גמ״ח האט זיך געפירט מיט שקלים ,כדי אז דער לווה זאל פארדינען פונעם פאל פונעם שקל. אין דער צייט ווען עס איז געווען א גרויסע אינפלאציע אין ארץ ישראל און דער שקל איז געפאלן פון טאג צו טאג ,האט מען אים געזאגט אז עס וואלט געווען בעסער צו בארגן אין דאלארן און נישט אין שקלים. ר׳ שמואל האט זיך געוואונדערט: ״פון וואו זאלן מיינע לווים האבן געלט צו קויפן דאלאר?!״ א הלוואה וואס מען דארף נישט צוריקצאלן הרב בעריש לבין ,מנכ״ל מוסדות ויז׳ניץ אין די יארן תשל״ז–תש״נ ,האט דערציילט: איך בין אמאל געווען דערביי ווען א איד איז געקומען צו ר׳ שמואל בעטן א הלוואה .ער האט געבעטן א געוואלדיגן סכום ,צוואנציג טויזנט לירות .איך האב קלאר געוואוסט אז דער איד וועט די הלוואה נישט קענען צוריקצאלן. פרק ו -אונטערן שלייער פון א הלוואה ווען איך האב געזען אז
- Издание
- איש חסד היה
- Дата
- 26 сентября 2026 г.
- Страниц
- 5
Фрагмент текста
איש חסד היה א זאמלונג פון געוואלדיגע מעשי חסד פונעם בארימטן נגיד מוהר"ר שמואל יהודה דסקל ז"ל ───────◇─────── פאר הערות ,תגובות און צוצולייגן עובדות און מעשיות: אימעילy.b.daskal@gmail.com : פרק ו אונטערן שלייער פון א הלוואה פון וואו וועלן זיי האבן צוריקצוגעבן אין דאלאר?! דער רמב״ם שרייבט )מתנות עניים פ״ז הלכה ל״ט( :״עני שאינו רוצה ליקח צדקה ,מערימין עליו ונותנין לו לשם הלוואה״. דער דאזיגער דערהויבענער וועג פון חסד איז געווען איינע פון די שיינע נקודות אין ר׳ שמואל׳ס דרך. דער געדאנק פון אויפשטעלן א גמ״ח האט אים זייער דערפרייט .אזוי וועט ער קענען טון חסד מיט נצרכים אויף א וועג וואס וועט פארהוילן דעם אמת׳ן ציל פון דער נתינה .אנשטאט צו געבן געלט גלייך אלס צדקה ,קען מען עס געבן אלס הלוואה .אויב זיי וועלן האבן פון וואו צוריקצוגעבן ,וועלן זיי צוריקגעבן ,און אויב נישט ,וועלן זיי נישט צוריקגעבן. אינעם גמ״ח וואס האט זיך געפירט ביי אים אין שטוב ,האט ער געבארגט גרויסע סכומים אפילו פאר מענטשן וואס ער האט בכלל נישט געקענט .ער האט קיינמאל נישט פארלאנגט קיין ערבים אדער משכון .זיין שארפע טביעת עין איז אים געווען גענוג צו דערקענען צי דער מבקש איז איינער וואס וויל אים אויסנוצן ,אדער אן אמת׳ער נצרך .אויב האט ער געזען אז פאר אים שטייט אן אמת׳ער נצרך ,האט ער זיך פארלאזט אויף אים און נישט געדארפט קיין…
Темы: family_education