Skip to main content
.

Об этом документе

לעבן מיט דער צייט — Bamidbar 5784

Выпуск: לעבן מיט דער צייט — Bamidbar 5784. Темы: parsha_commentary. Поисковые термины: недельная глава, парша, parsha, פרשה, פרשת השבוע. ‫‪"Leben Mit Der Tzeit" Parshat Bamidbar‬‬ ‫‪Page 1 of 2‬‬ ‫ב"ה‬ ‫לעבן מיט דער צייט‬ ‫געדאנקען אויף דער פרשה פון דער וואך‬ ‫פאר קינדער און יוגנט‬ ‫לויט די שיחות‬ ‫פון ליובאוויטשער רבי'ן‬ ‫פרשת במדבר‬ ‫במדבר )א(‬ ‫די ערשטע מצוה פון ספר במדבר איז‪ :‬שאו את ראש כל עדת בני ישראל )אז מען זאל ציילן‬ ‫אידן(‪ .‬דערפאר ווערט גאנץ ספר במדבר אנגערופן אין דער גמרא "חומש הפקודים"‪.‬‬ ‫בשעת מען ציילט זיינען אלע גלייך‪ .‬דער גרעסטער מענטש איז ניט מער ווי איינער‪ ,‬און דער‬ ‫קלענסטער מענטש איז ניט ווייניקער ווי איינער‪ .‬ווען מען האט געציילט די אידן האט מען‬ ‫זיי אלע געציילט פון דעם גרעסטן ביז דעם קלענסטן‪.‬‬ ‫צוליב דעם טעם לייענט מען אלעמאל פרשת במדבר פאר שבועות‪ .‬דער געדאנק אז אלע‬ ‫זיינען גלייך‪ ,‬אין דעם באשטייט די הכנה צו קבלת התורה‪ .‬ביי קבלת התורה זיינען אויך‬ ‫אלע געווען גלייך‪ ,‬ווי חז"ל זאגן אז אויב ביי הר סיני וואלט געפעלט איין איד פון די‬ ‫‪ 600,000‬וואלט די תורה ח"ו ניט געגעבן געווארן אפילו ניט צו משה רבינו‪.‬‬ ‫די הכנה און כלי צו מתן תורה איז שלום און אחדות‪ ,‬ווי רש"י זאגט אויפ'ן פסוק "ויחן שם‬ ‫ישראל נגד ההר" )אז זיי האבן גערוהט דארטן אנטקעגן דעם בארג( אז עס איז געווען "כאיש‬ ‫אחד בלב אחד" ‪ -‬ווי איין מענטש מיט איין ווילן צו באקומען די תורה‪.‬‬ ‫אין ילקוט שמעוני שטייט אז דער אויבערשטער האט געזאגט‪ :‬די תורה איז אינגאנצן שלום‪,‬‬ ‫איז צו וועמען זאל איך איר געבן? "נגד ההר"‪,‬‬ ‫וואס דער ענין פון הר סיני איז תורה ומצוות‪.‬‬ ‫דעמאלסט קענען מיר זיין פארזיכערט אז בתוך כלל ישראל וועלן מיר אלע זוכה זיין ‪ -‬ווי‬ ‫דער לשון פון דעם רבי'ן דעם שווער ‪ -‬צו "קבלת התורה בשמחה ובפנימיות"‪.‬‬ ‫)לקו"ש ח"ב ע' ‪(293‬‬ ‫במדבר )ב(‬ ‫אין פרשת במדבר האט דער אויבערשטער געהייסן משה רבינו אז מען זאל ציילן אידן‪ .‬מען‬ ‫האט געציילט יעדן אידן וועלכער איז א "יוצא צבא" ‪ -‬א סאלדאט ‪ -‬אן אונטערשייד פון‬ ‫וועלכן שבט ער קומט‪ .‬ווען מען ווערט א "יוצא צבא"‪ ,‬דארף מען באווייזן א ביישפיל‪ ,‬א‬ ‫מוסטער‪ ,‬אז מ'איז דעם אויבערשטענ'ס "סאלדזשערס"‪ .‬עס איז ניט קיין חילוק ווי גרויס‬ ‫מען איז אין תורה און מצות‪ ,‬אדער פון וועלכן שבט מען שטאמט‪ .‬וויבאלד מען איז א קינד‬ ‫פון אברהם‪ ,‬יצחק און יעקב איז מען ניט ווייניקער ווי איינער פונקט ווי מען איז ניט מער‬ ‫‪http://www.moshiach.net/blind/children/ot-48.htm‬‬ ‫‪5/24/2011‬‬ ‫‪"Leben Mit Der Tzeit" Parshat Bamidbar‬‬ ‫‪Page 2 of 2‬‬ ‫ווי איינער‪.‬‬ ‫א איד דארף דורכפירן די שליחות וואס דער אויבערשטער האט געגעבן צבאו

Издание
לעבן מיט דער צייט
Дата
7 июня 2024 г.
Страниц
2

Темы: parsha_commentary