Skip to main content
.

Об этом документе

לעבן מיט דער צייט — Ki Tavo 5785

Выпуск: לעבן מיט דער צייט — Ki Tavo 5785. Темы: family_education, parsha_commentary. Поисковые термины: воспитание, дети, семья, chinuch, family, חינוך, ילדים, משפחה, недельная глава, парша, parsha, פרשה, פרשת השבוע. ‫‪"Leben Mit Der Tzeit" Pirkei Avos-03‬‬ ‫‪Page 1 of 2‬‬ ‫ב"ה‬ ‫לעבן מיט דער צייט‬ ‫געדאנקען אויף דער פרשה פון דער וואך‬ ‫פאר קינדער און יוגנט‬ ‫לויט די שיחות‬ ‫פון ליובאוויטשער רבי'ן‬ ‫פרקי אבות‬ ‫פרקי אבות פרק ג‪-‬ד‬ ‫פרק ראשון‬ ‫לקראת הקייץ‬ ‫פרק שני‬ ‫עניני משיח‬ ‫פרק שלישי‬ ‫פרק רביעי‬ ‫פרק חמישי‬ ‫פרק שישי‬ ‫פרק שלישי‬ ‫אין דריטן פרק פון מסכת אבות שטייט‪ :‬דע כו' לפני מי אתה עתיד ליתן )דו זאלסט וויסן‬ ‫פאר וועמען דו וועסט דארפן אפגעבן א( דין וחשבון‪.‬‬ ‫איז ניט פארשטאנדיק דער סדר "דין וחשבון"‪ .‬פריער מאכט מען דעם חשבון און לויט דעם‬ ‫חשבון פסקנ'ט מען דעם דין‪ .‬פארוואס שטייט דא פארקערט ‪" -‬דין" און דערנאך "חשבון"?‬ ‫וועט מען עס פארשטיין לויט'ן ביאור פון בעל שם טוב אויף דער משנה‪ ,‬אויך אין דעם פרק‪,‬‬ ‫"ונפרעין מן האדם מדעתו ושלא מדעתו"‪.‬‬ ‫טייטשט דער בעש"ט‪ :‬א מענטש באקומט אן עונש נאר "מדעתו"‪ ,‬ווען ער אליין פסקנ'ט אפ‬ ‫דעם עונש אויף זיך‪ ,‬אבער "שלא מדעתו" ‪ -‬ער ווייסט ניט אז ער זאגט דאס אויף זיך אליין‪.‬‬ ‫ער מיינט אז ער פסקנ'ט אויף יענעם‪.‬‬ ‫למשל‪ :‬מען איז עם מזמין א צווייטן וואס האט געטאן אזא חטא ווי זיינער‪ ,‬און זעענדיק די‬ ‫עבירה וואס יענער טוט‪ ,‬פסקנ'ט ער אויף יענעם אן עונש‪ ,‬אז עס קומט עם דער און דער‬ ‫עונש‪ .‬נאך דעם גיט מען עם דעם זעלבן עונש פאר זיין עבירה‪.‬‬ ‫דאס איז "מדעתו"‪ ,‬זיין אייגענעם פסק‪ ,‬און "לא מדעתו"‪ ,‬ער ווייסט ניט אז ער פסקנ'ט‬ ‫אויף זיך אליין‪.‬‬ ‫לויט דעם וועט מען פארשטיין דעם לשון "דין וחשבון"‪ ,‬פריער "דין" און דערנאך "חשבון"‪.‬‬ ‫צום ערשט קומט דער "דין" וואס ער אליין פסק'נט אפ פאר אזא עבירה )וואס א צווייטער‬ ‫האט געטאן( און דערנאך מאכט מען דעם "חשבון" אז ער האט אליין געטאן אזא עבירה‬ ‫און עס קומט עם דעם זעלבן פסק דין‪.‬‬ ‫)לקו"ש ח"ד ע' ‪(1207‬‬ ‫אין נביא )שמואל‪-‬ב‪ ,‬יב‪ ,‬ז( געפינען מיר אן ענליכע מעשה‪ .‬דוד המלך האט געוואלט חתונה‬ ‫האבן מיט בת שבע‪ .‬האט ער געשיקט איר מאן אורי' החתי אין מלחמה צו ווערן געהרג'ט‪.‬‬ ‫‪http://www.torah4blind.org/children/ot-pa03.htm‬‬ ‫‪5/1/2011‬‬ ‫‪"Leben Mit Der Tzeit" Pirkei Avos-03‬‬ ‫‪Page 2 of 2‬‬ ‫דערנאך האט ער חתונה געהאט מיט בת שבע‪ .‬האט דער אויבערשטער געשיקט נתן הנביא‬ ‫צו דוד המלך מיט אזא שאלה‪:‬‬ ‫עס איז געווען א רייכער מאן וואס האט געהאט פיל שעפסן און רינדער‪ .‬עס איז אויך געווען‬ ‫אן ארימאן וואס האט נאר געהאט איין שעפס‪ .‬דער קליינער שעפס איז געווע

Издание
לעבן מיט דער צייט
Дата
12 сентября 2025 г.
Страниц
6

Темы: family_education, parsha_commentary