Skip to main content
.

Об этом документе

אמונה און בטחון — Kedoshim 5784

Выпуск: אמונה און בטחון — Kedoshim 5784. Темы: shabbat_laws, relationships_shalom_bayit, health_mind, parsha_commentary. Поисковые термины: шаббат, законы шаббата, melacha, hilchot shabbat, שבת, הלכות שבת, מלאכה, шалом байт, брак, отношения, shalom bayit, marriage, שלום בית, זוגיות, здоровье, психология, стресс, health, mental, בריאות. האט דער רבי ר' בונם געזאגט‪ ,‬געווענליך ווען א תלמיד זעהט אז‬ ‫דער רבי לערנט די זעלבע סוגיא ווי ער לערנט‪ ,‬פרייט ער זיך‪ .‬דערפאר האבן די חבריא זיך געפרייט ווען זיי‬ ‫האבן געלייענט די פרשה פון קדושים‪ ,‬ווייל דער פסוק זאגט "קדושים תהיו"‪ ,‬איר זאלט זיין הייליג‪" ,‬כי‬ ‫קדוש אני אה'"‪ ,‬ווייל איך בין הייליג‪ .‬נו‪ ,‬אויב דער רבי‪ ,‬דער מלך מלכי המלכים הקב"ה‪ ,‬איז עוסק אין די‬ ‫זעלבע סוגיא פון קדושה‪" ,‬כי קדוש אני"‪ ,‬איז אך דאס מעורר א גרויסע שמחה אין די הערצער פון אידישע‬ ‫קינדער‪.‬‬ ‫דער מדרש זאגט "קדושים תהיו‪ ,‬יכול כמוני‪ ,‬תלמוד תלומר כי קדוש אני‪ ,‬קדושתי למעלה מקדושתכם"‪,‬‬ ‫איר זאלט זיין הייליג‪ ,‬וואלט איך געוואלט מיינען אז מען קען זיין אזוי הייליג וווי דער באשעפער איז‪ ,‬זאגט‬ ‫דער אויבערשטער‪ ,‬ניין‪" ,‬קדושתי למעלה מקדושתכם" מיין קדושה איז העכער ווי אייער קדושה‪.‬‬ ‫עס ווערט געברענגט אין נאמען פון גרויסן מגיד פון מעזריטש זי"ע‪" ,‬קדושתי למעלה" מיין קדושה כביכול‬ ‫אויבן אין הימל‪ ,‬איז "מקדושתכם" קומט פון אייער קדושה אויף דער וועלט‪ .‬לויט ווי אידישע קינדער‬ ‫הייליגן זיך אויף דער וועלט‪ ,‬אזוי גרויס איז די קדושה פון דעם אויבערשטען כביכול‪.‬‬ ‫לויט דעם זאגט דער רבי ר' בונם פון פשיסחא זי"ע‪ ,‬אז דערפאר שטייט דארס ווארט "קדושים"חסר‪ ,‬אן א‬ ‫וא"ו‪ ,‬צו לערנען אונז‪ ,‬אז ווען א איד מאכט זיך פאר א "חסר"‪ ,‬ער פארמינערט פון זיך פאר די קדושה‪ ,‬כדי‬ ‫צו זיין הייליג‪ ,‬איז ער גורם "כי קדוש אני ה' אלקיכם"‪ ,‬קדוש מלא וא"ו‪ ,‬אז די קדושה פון דעם‬ ‫אויבערשטען כביכול איז פול‪ ,‬צוליב דעם וואס א איד הייליגט זיך אויף דער וועלט‪.‬‬ ‫אמאל איז פארגעקומען א דין תורה צווישן אן עלטערן איד און זיין זון‪ ,‬איבער א מאנטל‪ .‬דער טאטע האט‬ ‫גע'טענה'ט‪ ,‬אז צוליב זיין עלטער‪ ,‬נויטיגט ער זיך מער אינעם מאנטל‪ ,‬און דער זון האט גע'טענה'ט‪ ,‬אז ער‬ ‫גייט כסדר ארויס אויף דער גאס אהיים צו ברענגען פרנסה‪ ,‬ממילא באלאנגט דער מאנטל צו איהם‪ .‬האט‬ ‫!‬ ‫דער רב געזאגט‪ ,‬אז ביז עטליכע טעג וועט ער ארויסגעבן דעם פסק דין‪.‬‬ ‫אינצווישן‪ ,‬האט דער פאטער זיך מיישב געווען‪ ,‬אז כאטש ער איז טאקע אלט‪ ,‬אבער דער זון איז דאך דער‬ ‫וואס ברענגט אריין די פרנסה אין שטוב‪ ,‬ממילא קומט עס פאר'ן זון‪ ...‬דער זון‪ ,‬ווידער‪ ,‬האט זיך בארעכענט‪,‬‬ ‫איך וועל זיך שוין

Издание
אמונה און בטחון
Дата
9 мая 2024 г.
Страниц
2

Темы: shabbat_laws, relationships_shalom_bayit, health_mind, parsha_commentary