Об этом документе
א ליכטיגן תמיד — א לעכטיגן תמיד! — Bo 5784
Выпуск: א ליכטיגן תמיד — א לעכטיגן תמיד! — Bo 5784. Темы: shabbat_laws, holidays, health_mind, parsha_commentary. Поисковые термины: шаббат, законы шаббата, melacha, hilchot shabbat, שבת, הלכות שבת, מלאכה, пурим, песах, ханука, суккот, yom tov, פורים, פסח, חנוכה, סוכות, здоровье, психология, стресс, health. די התגברות קען זיין ,צו שלאפן ווייטער .און די התגברות קען זיין ,אויפצושטיין .אבער הארעווע ,וועסטו זיין צופרידן ,וועלכע וועג דו וועסט טון! אויב די הארעוואניע איז ,זיך צוריקצולייגן און דאווענען מיט א שפעטערע מנין ,גייסטו נישט זיין אומצופרידן ,ווייל דו האסט נישט געקענט דאווענען מיט ט דיין מנין .נאר דו גייסט זיין צופרידן ,ווייל האסט געהארעוועט ,און איך האב הנאה אז איך האב דורכגעמאכט מיין הארעוואניע .אויב גייסטו אויפשטיין ,גייסטו הנאה האבן פון די הארעוואניע פון אויפשטיין ,און נישט שלאפן ווייטער. לאמיר עס אביסל מער צושפרייטן .איך האב הנאה אז איך בין נישט אויפגעשטאנען ,ווייל איך האב מיך געלייגט פיר אזייגער ,עס איז געווען א חתונה. אויפצושטיין זיבן אזייגער אדער זעקס אזייגער ,ווען איך לייג מיר פירע ,נאכן טאנצן ...מיין טאג גייט זיין זייער א איבערגעשטרענגטער ,און עס קען זיין אז ווען איך גיי דאווענען מיט מיין ערשטע מנין ,איך גיי פשוט שלאפן אינמיטן דאווענען, איך וויל נישט דאווענען שלאפנדיג ,איך וויל נישט איינדרימלען אינמיטן דאוו ענען ,איך וויל דאווענען ווי א איד .איז אסאך מאל מאכט א מענטש א חשבון ,ענדערש דאווענען ווי א איד אביסעלע שנעלער ,ווי דאווענען שטייט און איינשלאפן .איינשלאפן אינמיטן דאווענען ,איז נישט געדאווענט .דאווענען שנעל, איז כאטש געדאווענט .און דו שפירטסט זיך גוט ,האסט דורכגעמאכט די הארעוואניע ,איך בין געשלאפן נאך א שעה ,און איך בין אויפגעשטאנען ,איך בין געגאנגן אין מקוה ,איך האב געטרינקן א קאווע ,איך האב נאך געלערנט ,איך האב געדאווענט מיט די מנין ,אלעס האט געקלאפט .אבער איך בין נישט צופרידן ,איך האב נישט געדאווענט מיט די שטאטע מנין ...יעצט גיי איך הארעווען אז איך בין אין חכמה בינה ודעת ,איך האב עס ארויפגעלייגט אויפן וואגשאל ,און איך האב אזוי מחליט געווען ,און דאס גייט מיר יעצט מאכן הנאה ,איך האב עס דורכגעטראכט ,איך האב געהארעוועט ,און איך בין אנגעקומען צו אן החלטה! וועסט שפירן א געוואלדיגע סיפוק און א געוואלדיגע געשמאק. קומענדיגע וואך וועלן מיר בעזר ה' ממשיך זיין מיט דעם פרק – די שיעורי שבע רצון קען מען הערן אויף קנעפל61 : שטראלט אויף די וועלט מיט אמונה שלום בטחון און שמחה ארה"ב / 845-41
- Издание
- א ליכטיגן תמיד
- Дата
- 19 января 2024 г.
- Страниц
- 10
Темы: shabbat_laws, holidays, health_mind, parsha_commentary