Skip to main content
.

Об этом документе

לעבן מיט דער צייט — Eikev 5784

Выпуск: לעבן מיט דער צייט — Eikev 5784. Темы: family_education, parsha_commentary. Поисковые термины: воспитание, дети, семья, chinuch, family, חינוך, ילדים, משפחה, недельная глава, парша, parsha, פרשה, פרשת השבוע. ‫‪"Leben Mit Der Tzeit" Pirkei Avos-05‬‬ ‫‪Page 1 of 2‬‬ ‫ב"ה‬ ‫לעבן מיט דער צייט‬ ‫געדאנקען אויף דער פרשה פון דער וואך‬ ‫פאר קינדער און יוגנט‬ ‫לויט די שיחות‬ ‫פון ליובאוויטשער רבי'ן‬ ‫פרקי אבות‬ ‫פרקי אבות פרק ה‬ ‫פרק ראשון‬ ‫לקראת הקייץ‬ ‫פרק שני‬ ‫עניני משיח‬ ‫פרק שלישי‬ ‫פרק רביעי‬ ‫פרק חמישי‬ ‫פרק שישי‬ ‫פרק חמישי‬ ‫אין פינפטן פרק פון פרקי אבות רעכנט אויס די משנה כמה ענינים וואס זיינען אין דעם‬ ‫מספר עשרה‪ .‬בעשרה מאמרות נברא העולם‪ ,‬עשרה דורות מאדם עד נח‪ ,‬עשרה נסיונות‬ ‫נתנסה אברהם אבינו ועוד‪.‬‬ ‫דארף מען פארשטיין‪:‬‬ ‫פארוואס דערמאנט ניט די משנה עשרת הדברות? לכאורה‪ ,‬וויבאלד אז אלע זאכן נעמען‬ ‫זיך פון תורה‪ ,‬ווי חז"ל זאגן אז די וועלט איז באשאפן געווארן בעשרה מאמרות אנטקעגן‬ ‫די עשרת הדברות‪ ,‬האט מען דאך צו אלעם ערשטן געדארפט רעכענען די עשרת הדברות‪,‬‬ ‫און דערנאך רעכענען די אנדערע זאכן וועלכע זיינען באשאפן געווארן אזוי ווי די עשרת‬ ‫הדברות‪.‬‬ ‫דער ענטפער איז‪:‬‬ ‫אלץ נעמט זיך טאקע פון תורה‪ .‬די וועלט איז באשאפן געווארן לויט די תורה‪ ,‬אבער די‬ ‫תורה איז העכער פון וועלט‪ .‬מען קען ניט רעכענען תורה צוזאמען מיט זאכן פון וועלט אזוי‬ ‫ווי בעשרה מאמרות נברא העולם‪.‬‬ ‫צווישען די זאכן וועלכער ווערן אויסגערעכנט אין מספר פון עשרה‪ ,‬זיינען דא ניט נאר‬ ‫נאטירליכע זאכן‪ ,‬נאר אויך ניסים‪ ,‬ביז אויך די ניסים וואס זיינען געווען אין בית המקדש‪.‬‬ ‫די משנה רעכענט עשרה ניסים שנעשו לאבותינו במצרים און עשרה ניסים שנעשו לאבותינו‬ ‫בבית המקדש‪.‬‬ ‫פונדעסטוועגן רעכנט ניט די משנה עשרת הדברות‪ .‬ווייל תורה איז העכער אפילו פון ניסים‪,‬‬ ‫אויך פון ניסים פון בית המקדש‪ .‬בית המקדש איז דער שלימות פון וועלט‪ .‬דער תכלית פון‬ ‫באשאפען דעם וועלט איז "לעשות לו ית' דירה בתחתונים" ‪ -‬צו מאכן א דירה פאר'ן‬ ‫אויבערשטן‪ .‬דער תכלית דריקט זיך אויס אין בית המקדש וואו די שכינה רוט‪.‬‬ ‫‪http://www.torah4blind.org/children/ot-pa05.htm‬‬ ‫‪5/1/2011‬‬ ‫‪"Leben Mit Der Tzeit" Pirkei Avos-05‬‬ ‫‪Page 2 of 2‬‬ ‫די גמרא זאגט אז די תורה איז באשאפן געווארן פאר דער וועלט‪" ,‬קדמה לעולם"‪ .‬דערפאר‬ ‫איז תורה העכער פון ניסים אויך פון ניסים אין דעם בית המקדש‪ ,‬וואו עס איז געווען די‬ ‫שלימות פון וועלט‪.‬‬ ‫די הוראה פון דעם איז‪:‬‬ ‫בשעת מען לערנט תורה‪ ,‬דארף מען לערנען תורה "לשמה"‪ .‬מען דארף לערנען לשם התורה‪,‬‬ ‫צוליב די תורה אליין‪ .‬אלע אנדערע זאכן זיינען ענינים פון וועלט‪ ,

Издание
לעבן מיט דער צייט
Дата
21 августа 2024 г.
Страниц
5

Темы: family_education, parsha_commentary