Skip to main content
.

About this document

5713-04 ש"פ שמות תשי"ג-2

Выпуск: 5713-04 ש"פ שמות תשי"ג-2. Темы: shabbat_laws, holidays, parsha_commentary. Поисковые термины: шаббат, законы шаббата, melacha, hilchot shabbat, שבת, הלכות שבת, מלאכה, пурим, песах, ханука, суккот, yom tov, פורים, פסח, חנוכה, סוכות, недельная глава, парша, parsha, פרשה. .‬ניט נאר וואס מען האט ניט געמאכט קיין חשבונות פון דעם שווערען מצב פון גלות‪,‬‬ ‫מען האט [תחילה נכתב "האט מען"‪ ,‬ותיקן כנ"ל] אויך ניט געמאכט קיין חשבונות‬ ‫וואוהין די תורה דערלאנגט‪ ,‬צי אין שרש הנבראים צי העכער‪ .‬און עס איז גאר א סברא‬ ‫אז זייער תורה האט אינגאנצן ניט עולה געווען‪ ,‬ווארום זיי זיינען געווען נשמות פון דור‬ ‫הפלגה‪ ,‬ובמילא אין זייער תורה לא סליק לעילא און עס איז געבליבן למטה אין עוה״ז‪,‬‬ ‫‪..‬‬ ‫‪ . .‬דער רוח אויר הנ״ל פון גאס‪ ,‬אז איצטער איז ניט קיין צייט אויף ישיבות ‪ -‬האט‬ ‫גע'פועל׳ט אויך אויף כמה מתלמידי הישיבות‪.‬‬ ‫פראן אזוינע תלמידים וואס טענה׳ן‪ ,‬אז זיי איז שווער צו לערנען‪ ,‬כדבעי‪ .‬זיי מוזן זיך‬ ‫פריער פארזארגן מיט פרנסה‪ .‬ער קען ניט לערנען רוהיק‪ ,‬ווארום עס קוועטש אים שוין‬ ‫אין קאפ‪ ,‬מיט וואס וועט ער מפרנס זיין די קינדער וואס דער אויבערשטער וועט אים‬ ‫געבן נאכדעם ווי אז ער וועט קומען לעונת השידוכין‪ ,‬און מען וועט טאן אין דעם‪ ,‬און‬ ‫ער וועט געפינען זיין בת גילו‪ ,‬און עס וועט זיין תנאים און דערנאך חתונה און דערנאך‬ ‫וועלען געבארען ווערן קינדער בשעה טובה ומוצלחת‪ ,.‬און אדער וואס וועט ער זיי‬ ‫איבערלאזן נאך הונדערט און צוואנציק יאר‪ ,‬ובמילא‪ ,‬גייט ער שוין אועק ‪ -‬על כל פנים‬ ‫מיט זיין כח ההעמקה גייט אועק ‪ -‬אין גאס און טראכט וועגען "תכלית"‪ ,‬פון פרנסה‪.‬‬ ‫[תחילה מחק התיבות "פון פרנסה"‪ ,‬ואח"כ ביטל המחיקה]‬ ‫‪ . .‬אבער עס דארף דאך זיין ניט [תחילה נכתב "ניט זיין"‪ ,‬ותיקן כנ"ל] אזוי‪ ,‬און אויך‬ ‫אויף דעם איז דא די אַ הוראה מהנ״ל‪:.‬‬ ‫אין מצרים איז אויסער דעם וואס עס איז געווען זייער א שווערער גלות כנ״ל‪ ,‬האט‬ ‫מען דאך גאר נישט געוואוסט ווען מ׳וועט ארויסגיין פון גלות‪ .‬מ'איז מען געווען אזוי‬ ‫שטארק פאַראיינגקוועצט אז ס׳איז מ'האט גאר ניט געווען קיין טראכט פאַרנומען אַ‬ ‫מחשבה וועגען ארויסגיין פון גלות‪ .‬אפילו בשעת משה רבינו האט אנגעזאגט די בשורת‬ ‫הגאולה איז ‪ -‬ולא שמעו אל משה מקוצר רוח ומעבודה קשה ‪. .‬און פונדעסטוועגען‪ ,‬איז אפילו איידער משה איז געקומען און געזאגט פקדתי‪ ,‬האט‬ ‫מען ניט געטראכט קיין חשבונות‪ ,‬וואס וועט זיין דער "תכלית"‪ ,‬נאר מ׳איז געזעסן אין‬ ‫די ישיבות און געלערנט‪ ,‬ניט וויסענדיק אפילו וואס עס טוט זיך מיט זייער לימוד‬ ‫התורה‪ .‬היינט מכ״של שכן איצטער אז עס דארף ניט איינגן אין קאפ‪" ,‬וואס וועט זיין‬ ‫דער תכלית" און מען

Publication
Агаот Ребе
Pages
18

Text excerpt

חוברת קנח עלי ההגהה לקוטי שיחות חלק א -פרשת ויגש - יוצא-לאור לש"פ ויגש ה'תשפ"ה בפעם הראשונה על ידי מערכת "מפתח" שנת חמשת אלפים שבע מאות שמונים וחמש לבריאה לקוטי שיחות ח"א ,פ' ויגש – עלי ההגהה 6 7 עלי ההגהה ס"א . .און יוסף איז געווען דער מלך מושל וואס האט געהאט אונטער זיך גאנץ מצרים? . . . .נאר דער טעם אויף דעם איז :,אז מצד דעם וואס יהודא . . . .איז ניט קוקענדיק אויף דעם וואס עס פלעגט סיי ווי בלייבן דאך גאַנץ די איבעריקע ברידער . . ס"ב . .וואס דער אויבערשטער האט אויף זיי אפגעגעבן ארויפגעלייגט די אחריות פון יעדער איינעם פון די קינדער . . . .קומט מען צום סיום וחותם הסדרה -ויפרו (און נאך מערער) וירבו (ביז צום) מאד. (משיחת ש"פ ויגש תשי"א) ס"ג . .בשעת דער אויבערשטער האט געהייסן יעקב׳ן גיין אין מצרים ,האט יערקב אויסגענומען א תנאי באַוארענט פריער -לפניו ,-אז דארטן זאלן זיין ישיבות . . . .פונדעסטוועגען האט יעקב זיך משתדל געווען צוגרייטען פריער געזאגט ,אז אויב עס וועט דארטן ניט זיין קיין ישיבות וויל ער ניט גיין .נאר בשעת מ׳האט אים געזאגט אז דארטן וועט זיין ישיבות ,און דאן ערשט איז ער געגיינגען אהין מיטן אויבערשטען . . לקו"ש ח"א ,פ' ויגש 8 9 עלי ההגהה . .אין אלע צייטן און אין אלע ערטער וואו אידן זיינען נאר געווען ,אפילו אין גלות מצרים . . . .ווייל ,ווי געזאגט פריער. . :, ס"ד א) בשעת די אידן…

Topics: shabbat_laws, holidays, parsha_commentary