About this document
מבאר רבותינו — Chayei Sarah 5787
Выпуск: מבאר רבותינו — Chayei Sarah 5787. Темы: shabbat_laws. Поисковые термины: шаббат, законы шаббата, melacha, hilchot shabbat, שבת, הלכות שבת, מלאכה. פרק א אפברענען די לעכט (ב) ג) דורך אפברענען די לעכט ,ווערט די ליכט פאררעכענט פאר לעכט פון א מצוה.יז אפברענען די לעכט פאר שב"ק איז מסוגל צו פאררעכטן די חטאים.יח ד) ה) כאטש די פרוי צינדט שפעטער אן די לעכט ,דעסטוועגן דאך זאל דער מאן אנגרייטן די לעכט און עס אפברענען.יט יז) אין ספר משנת יעקב (קאפיש ,סימן רס"ג ,על דברי הבאר היטב ס"ק ו' שהאיש יתקן הנרות) ווערט געברענגט, דער מהרש"ל זאגט (מס' שבת דף קי"ט) אויף וואס די גמרא זאגט אז רב הונא פלעגט אנצינדן די לעכט לכבוד שבת ,זאגט דער מהרש"ל אז ער האלט אז עס קען זיין אז ער האט עס אנגעצינדן קודם ,כדי די פרוי זאל שפעטער אנצינדן די נר של מצוה עכ"ל .זעט מען אז דורך אפברענען די לעכט וואס דער מאן טוט ,גייט ארויף אויף די לעכט דער נאמען אז עס איז 'נר מצוה' ,אבער ווען די פרוי וואלט ווען אנגעצינדן די לעכט אן אפברענען פארדעם ,ווערט די לעכט נישט אנגערופן קיין 'נר מצוה' .לכאורה דארף מען דאס פארשטיין ,ווייל זי מאכט דאך א ברכה אויף דעם ,און דורכדעם ווערט דאך די לעכט א לעכט פון א מצוה .נאר עס קען זיין אז דורכדעם וואס מען ברענט עס אפ פארדעם איז בעסער .אבער אפילו אויך אן א ברכה ,נאר מיטן אפברענען ,ווערט עס שוין א נר של מצוה .נאר עס ווערט געברענגט אין בית יוסף בשם ארחות חיים ,אז עס איז דא פלעצער ווי די פרויען האבן זיך געפירט אנצוצינדן ערב שבת פאר דעם זמן א לעכט ,און זיי האבן דאס גערופן א נר של חול ,און נאכדעם האבן זיי אנגעצינדן די לעכט פון שבת ,און ער זאגט צו דעם צוויי טעמים ,און איין טעם איז אז דעמאלטס דערקענט מען אז די צווייטע מאל ווען מען צינדט אן איז לכבוד שבת ,און מען קען מאכן א ברכה עיי"ש .אויב אזוי, איז דורך דעם וואס מען צינדט אן קודם די לעכט ,און נאכדעם לעשט מען עס אויס ,איז אזוי ווי דער מנהג וואס דער בית יוסף ברענגט אז מען צינדט קודם אן א נר של חול ,כדי די צווייטע צינדן זאל זיין דערקענט אז דאס איז לשם שבת ,ווייל די אפברענען פון אנהייב ,מאכט עס פאר א נר של שבת. יח) אין ספר מקוה ישראל (נאסויד ,דף ע"ב אות י"ב) ווערט געברענגט ,אז הרה"ק מנאסויד האט געזאגט, אז איינער האט אמאל געבעטן פון הרה"ק מצאנז זצ"ל א תיקון אויף חטאת נעורים ,האט ער אים געזאגט ,ער זאל זעהן מדקדק צו זיין יעדן ערב שבת קודש אפצוברענען די לעכט ווען מען גרייט עס אן לכבוד שבת. אין פתחא זוטא (כת"י) ווער געברענגט ,ער האט געהערט פון זיין ידיד וואס האט געהערט פון ר' אלטר מספינקא ע"ה
- Publication
- מבאר רבותינו
- Date
- November 7, 2026
- Pages
- 2
Text excerpt
פרק א אפברענען די לעכט (ב) ג) דורך אפברענען די לעכט ,ווערט די ליכט פאררעכענט פאר לעכט פון א מצוה.יז אפברענען די לעכט פאר שב"ק איז מסוגל צו פאררעכטן די חטאים.יח ד) ה) כאטש די פרוי צינדט שפעטער אן די לעכט ,דעסטוועגן דאך זאל דער מאן אנגרייטן די לעכט און עס אפברענען.יט יז) אין ספר משנת יעקב (קאפיש ,סימן רס"ג ,על דברי הבאר היטב ס"ק ו' שהאיש יתקן הנרות) ווערט געברענגט, דער מהרש"ל זאגט (מס' שבת דף קי"ט) אויף וואס די גמרא זאגט אז רב הונא פלעגט אנצינדן די לעכט לכבוד שבת ,זאגט דער מהרש"ל אז ער האלט אז עס קען זיין אז ער האט עס אנגעצינדן קודם ,כדי די פרוי זאל שפעטער אנצינדן די נר של מצוה עכ"ל .זעט מען אז דורך אפברענען די לעכט וואס דער מאן טוט ,גייט ארויף אויף די לעכט דער נאמען אז עס איז 'נר מצוה' ,אבער ווען די פרוי וואלט ווען אנגעצינדן די לעכט אן אפברענען פארדעם ,ווערט די לעכט נישט אנגערופן קיין 'נר מצוה' .לכאורה דארף מען דאס פארשטיין ,ווייל זי מאכט דאך א ברכה אויף דעם ,און דורכדעם ווערט דאך די לעכט א לעכט פון א מצוה .נאר עס קען זיין אז דורכדעם וואס מען ברענט עס אפ פארדעם איז בעסער .אבער אפילו אויך אן א ברכה ,נאר מיטן אפברענען ,ווערט עס שוין א נר של מצוה .נאר עס ווערט געברענגט אין בית יוסף בשם ארחות חיים ,אז עס איז דא פלעצער ווי די פרויען האבן זיך געפירט אנצוצינדן ערב שבת פאר דעם זמן א לעכט…
Topics: shabbat_laws