About this document
דברי חיזוק - אידיש — Vayeira 5787
Выпуск: דברי חיזוק - אידיש — Vayeira 5787. Темы: shabbat_laws, kashrut, family_education, holidays, health_mind, parsha_commentary. Поисковые термины: шаббат, законы шаббата, melacha, hilchot shabbat, שבת, הלכות שבת, מלאכה, кашрут, кошер, kosher, kashrut, כשרות, כשר, воспитание, дети, семья, chinuch, family, חינוך, ילדים. [עמוד כד] זיך איינצושרייבן צו באקומען וועכנטליך די גליון ווי אויך פאר סיי וואספארא באמעקונגען רופט /טעקסט צו מכון דברי חיזוק אויף 845-886-0123 און לאזט א מעסעדזש אויפן סיסטעם אדער שיקט אן אימעיל צו dc8458860123@gmail.com דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים וירא חלק ניכר מקונטרס הזה הוא מעשי ידי אומן של הרב רבי יוסף זצ"ל ב"ר אברהם שמואל יהודא שליט"א, שהעתיק ,ערך ,וליבן חלק ניכר מקונטרס הזה ,אשתקד פר' וירא תשפ"ו נדפס לזכרו ולעילוי נשמתו יה"ר שזכות הרבים יעמוד לו ולדורותיו לנצח ולנצחים -א- מיר האבן א הבטחה ,אז אלעמאל וועלן בלייבן ערליכע אידן וואס וועלן נישט פארכאפט ווערן אין ציונות! וַ ֵּיּ ָרא אֵּ לָ יו ה' בְּ אֵּ ל ֹנֵּ י מַ מְּ ֵּרא וְּ הוּ א יֹשֵּ ב ּפֶּ ַתח הָ אֹהֶּ ל כְּּ חֹם הַ יּוֹ ם (יח ,א) און דער אויבערשטער האט זיך באוויזן צו אברהם אבינו ,אין 'אילוני ממרא', און ער איז געזעצן ביים טיר פון געצעלט ,ווען די זון האט געברענט רש"י ברענגט ,אז ווען אברהם אבינו האט געזען די שכינה ,האט ער זיך געוואלט אויפשטעלן ,האט אים דער אויבערשטער געזאגט" :בלייב זיצן ,און דאס וועט זיין א סימן פאר דיינע אייניקלעך ,אז איך וועל שטיין ביי יעדן דין תורה ,און די דיינים וועלן זיצן" .אין מדרש (בראשית רבה מח ,ז) ווערט דאס געברענגט אויף אן אנדערן ענין ,אז דער אויבערשטער האט געזאגט ,אז דאס וועט זיין א סימן ,אז ווען אידן וועלן אריינקומען אין בית הכנסת און בית המדרש צו ליינען קריאת שמע ,וועלן זיי זיצן און איך וועל שטיין .און אין מדרש תנחומא (וירא ,ד) שטייט א דריטע גירסא ,אז ווען די קליינע קינדער וועלן לערנען ,וועלן זיי זיצן און איך וועלן שטיין. -ג- דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים וירא מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע ערקלערט :דער זוהר חדש זאגט (תיקונים ,קמא ,):אז ביי דעם געלעגנהייט ,ווען דער אויבערשטער האט זיך באוויזן צו אברהם ,האט ער אים געוויזן וואס עס וועט פאסירן אין אלע דורות ביז דעם לעצטן דור. לויט דעם קען מען ערקלערן ,אז ווען אברהם אבינו האט געזען דער נידריגער מצב פון די שפעטערע דורות ,האט ער געוואלט 'זיך אויפשטעלן' ,וואס דאס איז מרמז, אז ער האט געוואלט דאווענען [ווי די גמרא זאגט (ברכות ו ,):אז דאס ווארט 'עמידה' [שטיין
- Publication
- דברי חיזוק - אידיש
- Date
- October 31, 2026
- Pages
- 53
Text excerpt
בעזהשי"ת דברי חיזוק פרשת וירא רביה"ק מסאטמאר -דורך די פרשה פון לוט רביה"ק מסאטמאר -מיר האבן א הבטחה ,אז באקומען מיר אלע השפעות טובות! [עמוד כה] אלעמאל וועלן בלייבן ערליכע אידן וואס וועלן נישט פארכאפט ווערן אין ציונות! [עמוד ג] רביה"ק מסאטמאר -די מלאכים ליינען יעדע וואך שבת די פרשה פון לוט ,כדי צו מעורר זיין זרע קודש -לערן דיך אפ פונעם יצר הרע וויאזוי רחמים אויף כלל ישראל! [עמוד כז] צו דינען השי"ת! [עמוד ז] בית אהרן -צעברעך דיין נאטור פארן מאור ושמש -אין דער שורש פון די בריאה איז אויבערשטן וועסטו זוכה זיין צו ישועות למעלה נישטא קיין שום קטרוגים! [עמוד לב] מדרך הטבע! [עמוד ט] נועם אלימלך -די פינטל פון אלע מצוות איז די שפת אמת -זיי צופרידן אפילו אויב יענער איז השתוקקות צו מקיים זיין דעם רצון ה'! מצליח אין רוחניות מער פון דיר [עמוד י] [עמוד לד] זרע קודש -אין די רגע וואס דו וועסט אנהויבן הרבי מלובלין -אפילו דו ביסט שוין אינעם נעץ דינען דעם אויבערשטן ,וועט ער דיר גלייך פונעם יצר הרע ,קענסטו נאך שיינען און לייכטן! העלפן! [עמוד יב] [עמוד לט] זוהר הקדוש -יעדער איינער איז זוכה צו זען די אמרי פנחס -וויאזוי וועט מיין תשובה אנקומען שכינה הקדושה!! [עמוד יג] ביזן כסא הכבוד! [עמוד מ] חת"ם סופר ' -גילוי שכינה' נאר דורך 'שמחה של ישמח משה -זיך עקשנ'ען אנצוגיין מיט עבודת מצוה' [עמוד טו] ה' טראץ אלע…
Topics: shabbat_laws, kashrut, family_education, holidays, health_mind, parsha_commentary